Pular para o conteúdo
Publicidade

1 Samuel 5

6 און די האַנט פֿון ה׳ איז געװען שװער אױף די אַשדוֹדער און ער האָט זײ פֿאַרװיסט, און האָט זײ געפּלאָגט מיט בלאָטערן אַשדוֹד מיט אירע געמאַרקן. 7 און װי די אַשדוֹדער האָבן געזען אַז עס האַלט אַזױ, האָבן זײ געזאָגט: דער אָרון פֿון דעם אלוקי יִשׂרָאֵל טאָר נישט בלײַבן בײַ אונדז, װאָרעם זײַן האַנט איז האַרט אױף אונדז און אױף דָגוֹן אלוקינו.

8 און זײ האָבן געשיקט און האָבן אײַנגעזאַמלט צו זיך אַלע פֿירשטן פֿון די פּלִשתּים, און זײ האָבן געזאָגט: װאָס זאָלן מיר טאָן מיט דעם אָרון פֿון דעם אלוקי יִשׂרָאֵל? האָבן יענע געזאָגט קײן גַת זאָל אַריבערגײן דער אָרון פֿון דעם אלוקי יִשׂרָאֵל. און זײ האָבן אַריבערגעטראָגן דעם אָרון פֿון דעם אלוקי יִשׂרָאֵל.

9 און עס איז געװען, נאָך דעם װי זײ האָבן אים אַריבערגעטראָגן, איז די האַנט פֿון ה׳ געװען אין דער שטאָט מיט זײער אַ גרױסער מהומה, און ער האָט געפּלאָגט די מענטשן פֿון דער שטאָט פֿון קלײן ביז גרױס, און עס האָבן אױסגעבראָכן בײַ זײ בלאָטערן. 10 האָבן זײ אַװעקגעשיקט דעם אָרון פֿון האלֹקים קײן עֶקרוֹן.

און עס איז געװען, װי דער אָרון פֿון האלֹקים איז אָנגעקומען קײן עֶקרוֹן, האָבן די עֶקרוֹנער געשריִען, אַזױ צו זאָגן: מע האָט אַריבערגעבראַכט צו מיר דעם אָרון פֿון דעם אלוקי יִשׂרָאֵל, צו טײטן מיך און מײַן פֿאָלק. 11 און זײ האָבן געשיקט און האָבן אײַנגעזאַמלט אַלע פֿירשטן פֿון די פּלִשתּים, און זײ האָבן געזאָגט: שיקט אַװעק דעם אָרון פֿון דעם אלוקי יִשׂרָאֵל, און זאָל ער זיך אומקערן צו זײַן אָרט, כּדי ער זאָל נישט טײטן מיך און מײַן פֿאָלק. װאָרעם אַ טױט-מהומה איז געװען אין דער גאַנצן שטאָט; די האַנט פֿון ה׳ איז דאָרטן געװען זײער שװער.

Veja também