Pular para o conteúdo
Publicidade

Gênesis 17

3 איז אַבֿרם געפֿאַלן אױף זײַן פּנים, און אלֹקים האָט מיט אים גערעדט, אַזױ צו זאָגן: 4 איך זע, מײַן ברית װעט זײַן מיט דיר, און װעסט זײַן דער פֿאָטער פֿון אַ סך פֿעלקער. 5 און דײַן נאָמען זאָל מער נישט גערופֿן װערן אַבֿרם, נאָר דײַן נאָמען זאָל זײַן אבֿרהם; װאָרעם פֿאַר דעם פֿאָטער פֿון אַ סך פֿעלקער האָב איך דיך געמאַכט. 6 און איך װעל דיך פֿרוכפּערן זײער און זײער, און איך װעל דיך מאַכן פֿאַר פֿעלקער, און מלכים װעלן אַרױסגײן פֿון דיר. 7 און איך װעל אױפֿשטעלן מײַן ברית צװישן מיר און צװישן דיר, און צװישן דײַן זאָמען נאָך דיר, אױף זײערע דור-דורות, פֿאַר אַן אײביקן ברית, צו אײַך צו זײַן דײַן אלֹקים און צו דײַן זאָמען נאָך דיר. 8 און איך װעל געבן דיר און דײַן זאָמען נאָך דיר דאָס לאַנד פֿון דײַן װױנשאַפֿט, דאָס גאַנצע לאַנד כּנַעַן, פֿאַר אַן אײביקן אײגנטום; און איך װעל זײַן זײער אלֹקים. 9 און אלֹקים האָט געזאָגט צו אבֿרהמען: דו אָבער זאָלסט היטן מײַן ברית, דו און דײַן זאָמען נאָך דיר, אױף זײערע דור-דורות. 10 דאָס איז מײַן ברית װאָס איר זאָלט היטן צװישן מיר און צװישן אײַך, און צװישן דײַן זאָמען נאָך דיר: בײַ אײַך זאָל געמַלט װערן איטלעכער מאַנספּאַרשױן. 11 און איר זאָלט געמַלט װערן אין דעם פֿלײש פֿון אײַער פֿאָרהױט, און עס װעט זײַן פֿאַר אַ צײכן פֿון ברית צװישן מיר און צװישן אײַך.

Veja também