Pular para o conteúdo
Publicidade

Gênesis 18

23 און אבֿרהם האָט גענענט און האָט געזאָגט: נישט-שױן װעסטו אומברענגען דעם אומשולדיקן מיט דעם שולדיקן? 24 טאָמער זײַנען דאָ פֿופֿציק אומשולדיקע אין דער שטאָט, נישט-שױן װעסטו זײ אומברענגען, און װעסט נישט פֿאַרגעבן דעם אָרט פֿון װעגן די פֿופֿציק אומשולדיקע װאָס אין איר? 25 חלילה דיר צו טאָן אַזאַ זאַך, צו טײטן דעם אומשולדיקן מיט דעם שולדיקן, אַז דער אומשולדיקער זאָל זײַן אַזױ װי דער שולדיקער; חלילה דיר! זאָל דער ריכטער פֿון דער גאַנצער ערד נישט טאָן גערעכטיקײט? 26 האָט ה׳ געזאָגט: אױב איך װעל געפֿינען אין סדוֹם פֿופֿציק אומשולדיקע אין דער שטאָט, װעל איך פֿאַרגעבן דעם גאַנצן אָרט פֿון זײערטװעגן. 27 האָט זיך אָפּגערופֿן אבֿרהם און האָט געזאָגט: זע, איך בעט דיך, איך אונטערשטײ מיך צו רעדן צו אֲדֹנָי, הגם איך בין שטױב און אַש. 28 טאָמער װעלן פֿעלן פֿון די פֿופֿציק אומשולדיקע פֿינף, װעסטו פֿון װעגן די פֿינף צעשטערן די גאַנצע שטאָט? האָט ער געזאָגט: איך װעל נישט צעשטערן, אױב איך װעל דאָרטן געפֿינען פֿינף און פֿערציק. 29 און ער האָט װידער אַ מאָל צו אים גערעדט, און האָט געזאָגט: טאָמער װעלן זיך דאָרטן געפֿינען פֿערציק? האָט ער געזאָגט: איך װעל עס נישט טאָן פֿון װעגן די פֿערציק. 30 האָט ער געזאָגט: זאָל, איך בעט דיך, אֲדֹנָי נישט פֿאַרדריסן, און איך װעל רעדן: טאָמער װעלן זיך דאָרטן געפֿינען דרײַסיק? האָט ער געזאָגט: איך װעל עס נישט טאָן, אױב איך װעל דאָרטן געפֿינען דרײַסיק. 31 האָט ער געזאָגט: זע, איך בעט דיך, איך אונטערשטײ מיך צו רעדן צו אֲדֹנָי: טאָמער װעלן זיך דאָרטן געפֿינען צװאַנציק? האָט ער געזאָגט: איך װעל נישט צעשטערן פֿון װעגן די צװאַנציק. 32 האָט ער געזאָגט: זאָל, איך בעט דיך, אֲדֹנָי נישט פֿאַרדריסן, און איך װעל רעדן נאָר דאָס מאָל: טאָמער װעלן זיך דאָרטן געפֿינען צען? האָט ער געזאָגט: איך װעל נישט צעשטערן פֿון װעגן די צען.

33 און ה׳ איז אַװעקגעגאַנגען, װען ער האָט געענדיקט רעדן צו אבֿרהמען; און אבֿרהם האָט זיך אומגעקערט צו זײַן אָרט.

Veja também