Pular para o conteúdo
Publicidade

בְּרֵאשִׁית 3

17 און צו אָדָמען האָט ער געזאָגט:

װײַל דו האָסט צוגעהערט צו דעם קֹול פֿון דײַן װײַב,

און געגעסן פֿון דעם בױם

װאָס איך האָב דיר אָנגעזאָגט, אַזױ צו זאָגן:

זאָלסט פֿון אים נישט עסן;

זאָל די ערד זײַן פֿאַרשאָלטן פֿון דײַנעטװעגן;

מיט מאַטערניש זאָלסטו זיך עסן פֿון איר אַלע טעג פֿון דײַן לעבן.

18 און דערנער און שטעכיק געװעקס זאָל זי דיר מאַכן שפּראָצן,

און זאָלסט עסן קרײַטעכץ פֿון פֿעלד.

19 מיט דעם שװײס פֿון דײַן פּנים זאָלסטו עסן ברױט,

ביז דו קערסט זיך אום צו דער ערד;

װײַל פֿון איר ביסטו גענומען געװאָרן;

װאָרעם שטױב ביסטו,

און צו שטױב זאָלסטו זיך אומקערן.

Veja também