Pular para o conteúdo
Publicidade

Gênesis 6

13 און אלֹקים האָט געזאָגט צו נֹחן: דער סוף פֿון אַלע לײַבער איז געקומען פֿאַר מיר, װאָרעם די ערד איז פֿול מיט אומרעכט דורך זײ; און זע, איך ברענג זײ אום מיט דער ערד. 14 מאַך דיר אַ תּבֿה פֿון גופֿר האָלץ; אין קאַמערן זאָלסטו מאַכן די תּבֿה, און זאָלסט זי אױספּעכן פֿון אינעװײניק און פֿון אױסנװײניק מיט פּעך. 15 און אָט װי דו זאָלסט זי מאַכן: דרײַ הונדערט אײלן די לענג פֿון דער תּבֿה, פֿופֿציק אײלן איר ברײט, און דרײַסיק אײלן איר הײך. 16 אַ דאַך זאָלסטו מאַכן צו דער תּבֿה, און אױף אַן אײל זאָלסטו זי פֿאַרענדיקן פֿון אױבן; און דעם אײַנגאַנג פֿון דער תּבֿה זאָלסטו מאַכן אין איר זײַט; מיט אַן אונטערשטן, צװײטן, און דריטן שטאָק זאָלסטו זי מאַכן.

Veja também