Pular para o conteúdo
Publicidade

Gênesis 8

6 און עס איז געװען צום סוף פֿון פֿערציק טעג, האָט נֹח געעפֿנט דעם פֿענצטער פֿון דער תּבֿה װאָס ער האָט געמאַכט. 7 און ער האָט אַרױסגעשיקט דעם ראָב, און ער איז אַרױס הין און צוריק, ביז דאָס װאַסער איז אָפּגעטריקנט געװאָרן פֿון דעם געזיכט פֿון דער ערד. 8 האָט ער אַרױסגעשיקט פֿון זיך די טױב, צו זען אױב דאָס װאַסער איז אָפּגעפֿאַלן פֿון דעם געזיכט פֿון דער ערד. 9 אָבער די טױב האָט נישט געפֿונען קײן אָפּרו פֿאַר איר פֿוסטריט, און זי האָט זיך אומגעקערט צו אים אין דער תּבֿה, װײַל װאַסער איז געװען אױפֿן געזיכט פֿון דער גאַנצער ערד. האָט ער אױסגעשטרעקט זײַן האַנט, און האָט זי גענומען און זי אַרײַנגעבראַכט צו זיך אין דער תּבֿה. 10 און ער האָט אָפּגעװאַרט נאָך אַנדערע זיבן טעג, און האָט װידער אַרױסגעשיקט די טױב פֿון דער תּבֿה. 11 און די טױב איז געקומען אין אָװנטצײַט, ערשט אַן אָפּגעריסן אײלבערטבלאַט איז אין איר מױל, און נֹח האָט געװוּסט אַז דאָס װאַסער איז אָפּגעפֿאַלן פֿון דער ערד. 12 האָט ער אָפּגעװאַרט נאָך אַנדערע זיבן טעג, און האָט אַרױסגעשיקט די טױב, און זי האָט זיך מער נישט אומגעקערט צו אים װידער.

Veja também