22 אָבער חנה איז נישט אַרױפֿגעגאַנגען. װאָרעם זי האָט געזאָגט צו איר מאַן: ביז דער ייִנגל װעט אַנטװײנט װערן; דענצמאָל װעל איך אים ברענגען און ער װעט זיך װײַזן פֿאַר ה׳, און װעט דאָרטן בלײַבן אױף שטענדיק. 23 האָט אֶלקָנָה איר מאַן געזאָגט צו איר: טו װאָס איז גוט אין דײַנע אױגן; בלײַב ביז דו װעסט אים אַנטװײנען. זאָל נאָר ה׳ מקײם זײַן זײַן װאָרט. איז די פֿרױ געבליבן; און זי האָט געזױגן איר קינד ביז זי האָט אים אַנטװײנט.
24 און אַז זי האָט אים אַנטװײנט, האָט זי אים אַרױפֿגעבראַכט מיט זיך מיט דרײַ אָקסן, און אײן אֵיפֿה מעל, און אַ לאָגל װײַן; און זי האָט אים געבראַכט אין הױז פֿון ה׳ אין שילוֹ, און דער ייִנגל איז געװען יונג.