Pular para o conteúdo
Publicidade

שְמוּאֵל א 16

11 און שמוּאֵל האָט געזאָגט צו יִשַין: געענדיקט די יונגען? האָט ער געזאָגט: עס איז נאָך געבליבן דער קלענסטער; און אָט איז ער אַ פּאַסטוך בײַ די שאָף. האָט שמוּאֵל געזאָגט צו יִשַין: שיק און ברענג אים; װאָרעם מיר װעלן זיך נישט זעצן, ביז ער קומט אַהער. 12 האָט ער געשיקט און אים געבראַכט. און ער איז געװען אַ גערױטלטער, מיט שײנע אױגן און אַ פֿײַנעם אױסזען. און ה׳ האָט געזאָגט: שטײ אױף, זאַלב אים, װאָרעם ער איז דאָס. 13 האָט שמוּאֵל גענומען דעם האָרן מיט אײל, און האָט אים געזאַלבט אין מיטן זײַנע ברידער. און דער גײַסט פֿון ה׳ איז געקומען אױף דָוִדן פֿון יענעם טאָג אָן און װײַטער. און שמוּאֵל איז אױפֿגעשטאַנען, און איז אַװעקגעגאַנגען קײן רָמָה.

Veja também