12 און עליס זין זײַנען געװען נידערטרעכטיקע יונגען, זײ האָבן נישט געװאָלט װיסן פֿון ה׳. 13 און דער שטײגער פֿון די כּהנים מיטן פֿאָלק איז געװען: װער נאָר עמעצער עס האָט געשלאַכט אַ שלאַכטאָפּפֿער, אַזױ פֿלעגט קומען דעם כּהנס יונג, װי מע האָט געקאָכט דאָס פֿלײש מיטן דרײַצײניקן גאָפּל אין זײַן האַנט. 14 און פֿלעגט אַרײַנשטעכן אין בעקן אָדער אין פֿאַן אָדער אין קעסל אָדער אין טאָפּ; װאָס נאָר דער גאָפּל האָט אַרױפֿגעבראַכט, האָט דער כּהן צוגענומען דערמיט. אַזױ פֿלעגן זײ טאָן צו גאַנץ יִשׂרָאֵל װאָס זײַנען געקומען אַהין קײן שילוֹ. 15 נאָך אײדער מען האָט געדעמפֿט דאָס פֿעטס, פֿלעגט קומען דעם כּהנס יונג, און זאָגן צו דעם מאַן װאָס האָט געשלאַכט: גיב פֿלײש צום בראָטן פֿאַרן כּהן, װאָרעם ער װיל נישט נעמען פֿון דיר געקאָכט פֿלײש, נײַערט רױ. 16 און אַז דער מאַן האָט צו אים געזאָגט: דעמפֿן זאָל מען אַקאָרשט דעמפֿן דאָס פֿעטס, און נעם דיר װי דײַן האַרץ געלוסט, אַזױ פֿלעגט ער זאָגן: נײן, דװקא איצט מוזטו געבן, אַניט נעם איך מיט געװאַלט. 17 און די זינד פֿון די יונגען איז געװען זײער גרױס פֿאַר ה׳, װאָרעם די מענטשן האָבן מבֿזה געװען דעם מִנְחָה פֿון ה׳.