Pular para o conteúdo
Publicidade

Gênesis 1

26 האָט אלֹקים געזאָגט: לאָמיר מאַכן מענטשן אין אונדזער געשטאַלט, לױט אונדזער גלײַכעניש, און זײ זאָלן געװעלטיקן איבער די פֿיש פֿון ים, און איבער די פֿױגלען פֿון הימל, און איבער די בהמות, און איבער דער גאַנצער ערד, און איבער אַלע שרצים װאָס קריכן אױף דער ערד.

27 און אלֹקים האָט באַשאַפֿן דעם מענטשן אין זײַן געשטאַלט;

אין דער געשטאַלט פֿון אלֹקים האָט ער אים באַשאַפֿן;

אַ זָכר און אַ נקבֿה האָט ער זײ באַשאַפֿן.

28 און אלֹקים האָט זײ געבענטשט, און אלֹקים האָט צו זײ געזאָגט: פֿרוכפּערט אײַך און מערט אײַך, און פֿילט אָן די ערד, און באַצװינגט זי, און געװעלטיקט איבער די פֿיש פֿון ים, און איבער די פֿױגלען פֿון הימל, און איבער אַלעם לעבעדיקן װאָס קריכט אױף דער ערד.

Veja também