Pular para o conteúdo
Publicidade

בְּרֵאשִׁית 11

5 האָט ה׳ אַראָפּגענידערט צו זען די שטאָט און דעם טורעם, װאָס די מענטשנקינדער האָבן געבױט. 6 און ה׳ האָט געזאָגט: זע, זײ זײַנען אײן פֿאָלק, און אײן שפּראַך איז בײַ זײ אַלעמען, און דאָס איז ערשט אַן אָנהײב פֿון זײער טאָן, און אַצונד װעט פֿון זײ נישט פֿאַרמיטן װערן אַלץ װאָס זײ טראַכטן צו טאָן. 7 קומט לאָמיר אַראָפּנידערן, און צעמישן דאָרטן זײער שפּראַך, אַז זײ זאָלן נישט פֿאַרשטײן אײנער דעם אַנדערנס שפּראַך. 8 און ה׳ האָט זײ צעשפּרײט פֿון דאָרטן אױפֿן געזיכט פֿון דער גאַנצער ערד, און זײ האָבן אױפֿגעהערט בױען די שטאָט. 9 דערום האָט מען גערופֿן איר נאָמען בָבֿל, װײַל דאָרטן האָט ה׳ צעמישט די שפּראַך פֿון דער גאַנצער ערד, און פֿון דאָרטן האָט זײ ה׳ צעשפּרײט אױפֿן געזיכט פֿון דער גאַנצער ערד.

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.

Veja também