Pular para o conteúdo
Publicidade

בְּרֵאשִׁית 2

21 האָט ה׳ אלֹקים געלאָזט פֿאַלן אַ טיפֿן שלאָף אױף דעם מענטשן, און ער איז אײַנגעשלאָפֿן; און ער האָט אַרױסגענומען אײנע פֿון זײַנע ריפּן, און האָט פֿאַרשטאָפּט איר אָרט מיט פֿלײש. 22 און ה׳ אלֹקים האָט געבױט פֿון דער ריפּ, װאָס ער האָט אַרױסגענומען פֿון דעם מענטשן, אַ פֿרױ, און האָט זי געבראַכט צו דעם מענטשן. 23 האָט דער מענטש געזאָגט:

דאָס מאָל איז דאָס אַ בײן פֿון מײַנע בײנער,

און פֿלײש פֿון מײַן פֿלײש;

די דאָזיקע זאָל גערופֿן װערן פֿרױ,

װײַל פֿון אַ מאַן איז גענומען געװאָרן די דאָזיקע.

24 דערום פֿאַרלאָזט אַ מאַן זײַן פֿאָטער און זײַן מוטער, און באַהעפֿט זיך אָן זײַן װײַב, און זײ װערן אײן פֿלײש.

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.

Veja também