17 און צו אָדָמען האָט ער געזאָגט:
װײַל דו האָסט צוגעהערט צו דעם קֹול פֿון דײַן װײַב,
און געגעסן פֿון דעם בױם
װאָס איך האָב דיר אָנגעזאָגט, אַזױ צו זאָגן:
זאָלסט פֿון אים נישט עסן;
זאָל די ערד זײַן פֿאַרשאָלטן פֿון דײַנעטװעגן;
מיט מאַטערניש זאָלסטו זיך עסן פֿון איר אַלע טעג פֿון דײַן לעבן.
18 און דערנער און שטעכיק געװעקס זאָל זי דיר מאַכן שפּראָצן,
און זאָלסט עסן קרײַטעכץ פֿון פֿעלד.