7 און עס איז געװען נאָך די דאָזיקע געשעענישן, האָט זײַן האַרס װײַב אױפֿגעהױבן אירע אױגן אױף יוֹספֿן, און זי האָט געזאָגט: ליג מיט מיר. 8 האָט ער נישט געװאָלט, און ער האָט געזאָגט צו זײַן האַרס װײַב: זע, מײַן האַר װײס נישט לעבן מיר װאָס אין הױז טוט זיך, און אַלץ װאָס ער האָט, האָט ער איבערגעגעבן אין מײַן האַנט. 9 ער איז אין דעם דאָזיקן הױז נישט גרעסער פֿון מיר, און ער האָט נישט פֿאַרמיטן פֿון מיר קײן זאַך, נאָר בלױז דיך, װײַל דו ביסט זײַן װײַב. הײַנט װי קען איך טאָן דאָס דאָזיקע גרױסע בײז, און זינדיקן צו האלֹקים?
10 און עס איז געװען, אַז זי האָט גערעדט צו יוֹספֿן טאָג פֿאַר טאָג, און ער האָט נישט צוגעהערט צו איר, צו ליגן מיט איר, צו זײַן מיט איר, 11 איז, אײן טאָג װען ער איז אַרײַנגעקומען אין הױז צו טאָן זײַן אַרבעט, און קײן מענטש פֿון די הױזלײַט איז דאָרטן נישט געװען אין הױז, 12 האָט זי אים אָנגעכאַפּט פֿאַר זײַן קלײד, אַזױ צו זאָגן: ליג מיט מיר. האָט ער איבערגעלאָזן זײַן קלײד אין איר האַנט, און איז אַנטלאָפֿן און אַרױס דרױסן.