10 און װי זי איז געװען אין אַ ביטער געמיט, אַזױ האָט זי מתפּלל געװען צו ה׳, און האָט שטאַרק געװײנט. 11 און זי האָט אַ נדר געטאָן, און האָט געזאָגט: ה׳ צבָֿאוֹת, אױב זען װעסטו זען די פּײַן פֿון דײַן דינסט, און װעסט דאַכטן אָן מיר, און נישט פֿאַרגעסן אָן דײַן דינסט, און װעסט שענקען דײַן דינסט אַ קינד אַ זָכר, װעל איך אים אָפּגעבן צו ה׳ אױף אַלע טעג פֿון זײַן לעבן, און אַ שערמעסער װעט נישט אַרױפֿקומען אױף זײַן קאָפּ.
12 און עס איז געװען, װי זי האָט לאַנג מתפּלל געװען פֿאַר ה׳, אַזױ האָט עלי אױפֿגעפּאַסט איר מױל. 13 װאָרעם חנה, זי האָט גערעדט אין איר האַרצן; בלױז אירע ליפּן האָבן זיך געשאָקלט, אָבער איר קֹול האָט זיך נישט געהערט; און עלי האָט זי גערעכנט פֿאַר אַ שיכּורער. 14 האָט עלי געזאָגט צו איר: ביז װאַנען װעסטו זײַן שכּור? טו אָפּ דײַן װײַן פֿון זיך. 15 האָט חנה געענטפֿערט און האָט געזאָגט: נײן, מײַן האַר, אַ פֿרױ מיט אַ שװער געמיט בין איך, און װײַן און שטאַרק געטראַנק האָב איך נישט געטרונקען, נײַערט איך האָב אױסגעגאָסן מײַן זעל פֿאַר ה׳. 16 זאָלסט נישט האַלטן דײַן דינסט פֿאַר אַ נידער-טרעכטיקער פֿרױ, װאָרעם פֿון מײַן גרױס קלאָג און מײַן ערגערניש האָב איך גערעדט ביז אַהער. 17 האָט זיך אָפּגערופֿן עלי און האָט געזאָגט: גײ לשלום, און אלוקי יִשׂרָאֵל זאָל שענקען דײַן בקשה װאָס דו האָסט געבעטן פֿון אים. 18 האָט זי געזאָגט: זאָל דײַן דינסט געפֿינען חֵן אין דײַנע אױגן. און די פֿרױ איז געגאַנגען אױף איר װעג. און זי האָט געגעסן, און האָט געקריגן אַן אַנדער פּנים.
19 און אין דער פֿרי האָבן זײ זיך געפֿעדערט, און זײ האָבן זיך געבוקט פֿאַר ה׳, און האָבן זיך אומגעקערט, און זײַנען געקומען אין זײער הױז קײן רָמָה. און אֶלקָנָה האָט דערקענט זײַן װײַב חנהן; און ה׳ האָט אָן איר געדאַכט. 20 און עס איז געװען נאָכן אומדרײ פֿון די טעג. האָט חנה אױסגעטראָגן און האָט געבאָרן אַ זון; און זי האָט גערופֿן זײַן נאָמען שמוּאֵל, װײַל: פֿון ה׳ האָב איך אים אױסגעבעטן.