Pular para o conteúdo
Publicidade

בְּרֵאשִׁית 2

18 און ה׳ אלֹקים האָט געזאָגט: עס איז נישט גוט דער מענטש זאָל זײַן אַלײן; איך װעל אים מאַכן אײנע געהילף װעדליק פֿאַר אים. 19 און ה׳ אלֹקים האָט געפֿורעמט פֿון דער ערד אַלערלײ חיות פֿון פֿעלד און אַלערלײ פֿױגלען פֿון הימל, און געבראַכט צו דעם מענטשן, צו זען װאָס ער װעט זײ רופֿן, און װאָס נאָר דער מענטש װעט רופֿן איטלעך לעבעדיקע באַשעפֿעניש, דאָס זאָל זײַן איר נאָמען. 20 האָט דער מענטש אָנגערופֿן נעמען פֿאַר אַלע בהמות, און פֿאַר די פֿױגלען פֿון הימל, און פֿאַר אַלע חיות פֿון פֿעלד; אָבער פֿאַר אָדָמען האָט ער נישט געפֿונען אַ געהילף װעדליק פֿאַר אים. 21 האָט ה׳ אלֹקים געלאָזט פֿאַלן אַ טיפֿן שלאָף אױף דעם מענטשן, און ער איז אײַנגעשלאָפֿן; און ער האָט אַרױסגענומען אײנע פֿון זײַנע ריפּן, און האָט פֿאַרשטאָפּט איר אָרט מיט פֿלײש. 22 און ה׳ אלֹקים האָט געבױט פֿון דער ריפּ, װאָס ער האָט אַרױסגענומען פֿון דעם מענטשן, אַ פֿרױ, און האָט זי געבראַכט צו דעם מענטשן. 23 האָט דער מענטש געזאָגט:

דאָס מאָל איז דאָס אַ בײן פֿון מײַנע בײנער,

און פֿלײש פֿון מײַן פֿלײש;

די דאָזיקע זאָל גערופֿן װערן פֿרױ,

װײַל פֿון אַ מאַן איז גענומען געװאָרן די דאָזיקע.

24 דערום פֿאַרלאָזט אַ מאַן זײַן פֿאָטער און זײַן מוטער, און באַהעפֿט זיך אָן זײַן װײַב, און זײ װערן אײן פֿלײש.

Veja também