38 און פַּרעה האָט געזאָגט צו זײַנע קנעכט: קענען מיר דען געפֿינען אַזאַ װי דער דאָזיקער, אַ מאַן װאָס דער גײַסט פֿון אלֹקים איז אין אים? 39 און פַּרעה האָט געזאָגט צו יוֹספֿן: נאָכדעם װי אלֹקים האָט דיך געלאָזט װיסן דאָס אַלץ, איז נישטאָ אַ פֿאַרשטאַנדיקער און אַ קלוגער אַזױ װי דו.