Pular para o conteúdo
Publicidade

אִיובֿ 38

4 װוּ ביסטו געװען װען איך האָב געגרונטפֿעסט די ערד;

זאָג, אױב דו װײסט פֿאַרשטאַנדיקײט.

5 װער האָט געמאַכט אירע מאָסן, אױב דו װײסט?

אָדער װער האָט געצױגן אַ מעסטשנור אױף איר?

6 אױף װאָס זײַנען אירע גרונטמױערן אַרױפֿגעזעצט?

אָדער װער האָט געלײגט איר װינקלשטײן?

7 װען די מאָרגנשטערן האָבן אין אײנעם געזונגען,

און אַלע זין פֿון אלֹקים האָבן געשאַלט.

8 און װער האָט פֿאַרצאַמט מיט טירן דעם ים,

װען ער האָט אױסגעבראָכן און איז פֿון טראַכט אַרױס?

9 װען איך האָב געמאַכט דעם װאָלקן פֿאַר זײַן מלבוש,

און דעם נעבל פֿאַר זײַן װיקלשנור,

10 און איך האָב באַשטימט פֿאַר אים מײַן געזעץ,

און געמאַכט ריגלען און טירן,

11 און געזאָגט: ביז אַהער זאָלסטו קומען און נישט װײַטער,

און דאָ װעט מען פֿאַרהאַלטן דעם שטאָלץ פֿון דײַנע אינדן?

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.

Veja também