10 און ה׳ האָט אומקערט אִיובֿס געפֿאַנגענשאַפֿט, אַז ער האָט מתפּלל געװען פֿאַר זײַנע גוטע פֿרײַנט; און ה׳ האָט געמערט אַלץ װאָס אִיובֿ האָט געהאַט טאָפּל. 11 און אַלע זײַנע ברידער, און אַלע זײַנע שװעסטער, און אַלע זײַנע באַקענטע פֿון פֿריִער, זײַנען געקומען צו אים, און האָבן געגעסן מיט אים ברױט אין זײַן הױז, און זײ האָבן אים באַדױערט, און אים געטרײסט אױף אַל דעם בײז װאָס ה׳ האָט אױף אים געבראַכט; און זײ האָבן אים געגעבן איטלעכער אַ קשׂיטה, און איטלעכער אַ גילדערנעם נאָזרינג.
12 און ה׳ האָט געבענטשט אִיובֿס לעצט מער װי זײַן אָנהײב, און ער האָט געהאַט פֿערצן טױזנט שאָף, און זעקס טױזנט קעמלען, און טױזנט געשפּאַן רינדער, און טױזנט אײזעלינס. 13 און ער האָט געהאַט זיבן זין און דרײַ טעכטער. 14 און ער האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון אײנער ימִימה, און דעם נאָמען פֿון דער צװײטער קציעָה, און דעם נאָמען פֿון דער דריטער קֶרֶן-הַפּוך. 15 און אין גאַנצן לאַנד האָבן זיך נישט געפֿונען אַזעלכע שײנע פֿרױען װי אִיובֿס טעכטער. און זײער פֿאָטער האָט זײ געגעבן אַ נחלה צװישן זײערע ברידער.
16 און אִיובֿ האָט געלעבט נאָך דעם הונדערט און פֿערציק יאָר; און ער האָט געזען זײַנע קינדער און זײַנע קינדס-קינדער, פֿיר דורות. 17 און אִיובֿ איז געשטאָרבן אַלט און זאַט מיט טעג.