Pular para o conteúdo
Publicidade

Ezequiel 16

36 אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: װײַל דײַן שמוציקײט האָט זיך אױסגעגאָסן, און דײַן שאַנד איז אַנטפּלעקט געװאָרן אין דײַן זנות מיט דײַנע ליבהאָבער, און מיט אַלע דײַנע אומװערדיקע אָפּגעטער; און פֿאַר דעם בלוט פֿון דײַנע זין װאָס דו האָסט זײ געגעבן 37 דערום זע, איך זאַמל אײַן אַלע דײַנע ליבהאָבער װאָס דו האָסט זיך געחנדלט צו זײ, און אַלע װאָס דו האָסט ליב, מיט אַלע װאָס דו האָסט פֿײַנט; און איך װעל זײ אײַנזאַמלען אַרום דיר פֿון רונד אַרום, און װעל אַנטפּלעקן דײַן שאַנד פֿאַר זײ, און זײ װעלן זען דײַן גאַנצע שאַנד.

Veja também