4 און איך האָב געזען, ערשט אַ שטורעמװינט איז אָנגעקומען פֿון צפֿון, אַ גרױסער װאָלקן מיט אַ פֿלאַקעריקן פֿײַער און אַ שײַן רונד אַרום אים; און אין מיטן פֿון אים אַזױ װי דער אָנבליק פֿון בורשטין – אין מיטן פֿון פֿײַער. 5 און אין מיטן דערפֿון איז געװען די געשטאַלט פֿון פֿיר חיות. און דאָס איז געװען זײער אױסזען: זײ האָבן געהאַט די געשטאַלט פֿון אַ מענטשן.