4 זעט, אַלע נפֿשות זײַנען מײַנע; דער נפֿש פֿון דעם פֿאָטער אַזױ װי דער נפֿש פֿון דעם זון איז מײַנער; דער נפֿש װאָס זינדיקט, ער זאָל שטאַרבן.
20 דער נפֿש װאָס זינדיקט, ער זאָל שטאַרבן; אַ זון זאָל נישט לײַדן פֿאַר דער זינד פֿון דעם פֿאָטער, און אַ פֿאָטער זאָל נישט לײַדן פֿאַר דער זינד פֿון דעם זון; די גערעכטיקײט פֿון דעם גערעכטן זאָל זײַן אױף אים, און די שלעכטיקײט פֿון דעם שלעכטן זאָל זײַן אױף אים.