6 און דו מענטשנקינד, זאָלסט נישט מורא האָבן פֿאַר זײ, און נישט מורא האָבן פֿאַר זײערע רײד, הגם דערנער און שטעכגעװעקס זײַנען אַרום דיר, און צװישן שקאָרפּיאָנען טוסטו זיצן; פֿאַר זײערע רײד זאָלסטו נישט מורא האָבן, און פֿאַר זײער פּנים זאָלסטו נישט אַנגסטן; װאָרעם אַ װידערשפּעניק געזינדל זײַנען זײ. 7 און זאָלסט רעדן מײַנע װערטער צו זײ, סײַ זײ װעלן הערן, און סײַ זײ װעלן פֿאַרמײַדן; װאָרעם לױטער װידערשפּעניקײט זײַנען זײ.