1 און ער האָט מיך צוריקגעבראַכט צו דעם אײַנגאַנג פֿון הױז, ערשט װאַסער גײט אַרױס פֿון אונטער דער שװעל פֿון הױז, צו מזרח, װאָרעם די פֿאָדערזײַט פֿון הױז איז געװען צו מזרח; און דאָס װאַסער האָט אַראָפּגענידערט פֿון אונטן, פֿון דער רעכטער זײַט פֿון הױז, אין דָרום פֿון מזבח. 2 און ער האָט מיך אַרױסגעפֿירט דורכן צפֿון-טױער, און האָט מיך אַרױסגעפֿירט דורך דרױסן, צו דעם אױסנװײניקסטן טױער, אױף דעם װעג װאָס איז געקערט צו מזרח; ערשט װאַסער פֿליסט אַרױס פֿון דער רעכטער זײַט.