1 דאָס װאָרט װאָס איז געװען צו יִרמיָהון פֿון ה׳, אַזױ צו זאָגן: 2 שטײ אױף, און זאָלסט אַראָפּנידערן צום הױז פֿון דעם טעפּער, און דאָרטן װעל איך דיך מאַכן הערן מײַנע װערטער. 3 האָב איך אַראָפּגענידערט צום הױז פֿון דעם טעפּער, ערשט ער מאַכט אַרבעט אױפֿן װערקשטײן. 4 און אַז די כּלי װאָס ער האָט געמאַכט פֿון לײם איז פֿאַרדאָרבן געװאָרן אין דער האַנט פֿון דעם טעפּער, האָט ער זי איבערגעמאַכט אין אַן אַנדער כּלי, אַזױ װי עס איז װױלגעפֿעלן אין די אױגן פֿון דעם טעפּער צו מאַכן.
5 איז דאָס װאָרט פֿון ה׳ געװען צו מיר אַזױ צו זאָגן: 6 קען איך דען נישט טאָן מיט אײַך אַזױ װי דער דאָזיקער טעפּער, איר הױז פֿון יִשׂרָאֵל? זאָגט ה׳. זעט, װי לײם אין דער האַנט פֿון דעם טעפּער, זײַט איר אין מײַן האַנט, הױז פֿון יִשׂרָאֵל.