14 קערט אײַך אום, קינדער אָפּקערער,
זאָגט ה׳,
װאָרעם איך האָב חתונה געהאַט מיט אײַך,
און איך װעל אײַך נעמען אײנעם פֿון אַ שטאָט,
און צװײ פֿון אַ משפּחה,
און װעל אײַך ברענגען קײן צִיוֹן.
15 און איך װעל אײַך געבן פּאַסטוכער נאָך מײַן האַרצן, און זײ װעלן אײַך פֿיטערן מיט קענשאַפֿט און מיט פֿאַרשטאַנדיקײט. 16 און עס װעט זײַן, אַז איר װעט זיך מערן און פֿרוכפּערן אין לאַנד, אין יענע טעג, זאָגט ה׳, װעט מען מער נישט זאָגן: דער אָרון פֿון ה׳ס ברית; און ער װעט אױפֿן זינען נישט אַרױף, און מע װעט אים נישט דערמאָנען און נישט דאַכטן; און ער װעט מער נישט געמאַכט װערן.