20 אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: אױב איר קענט פֿאַרשטערן מײַן ברית מיטן טאָג, און מײַן ברית מיט דער נאַכט, אַז טאָג און נאַכט זאָלן נישט זײַן אין זײער צײַט, 21 װעט אױך מײַן ברית פֿאַרשטערט װערן מיט דָוִד מײַן קנעכט, אַז פֿון אים זאָל נישט זײַן אַ זון צו קיניגן אױף זײַן טראָן, און מיט די כּהנים פֿון שבֿט לֵוִי מײַנע דינער.