Pular para o conteúdo
Publicidade

Jeremias 29

11 װאָרעם איך װײס די טראַכטונגען װאָס איך טראַכט װעגן אײַך, זאָגט ה׳, טראַכטונגען פֿון פֿריד, און נישט צום בײזן, כּדי אײַך צו געבן אַ צוקונפֿט און אַ האָפֿענונג. 12 און איר װעט מיך רופֿן, און איר װעט גײן און װעט מתפּלל זײַן צו מיר, און איך װעל צוהערן צו אײַך. 13 און איר װעט מיך זוכן און געפֿינען, אַז איר װעט מיך פֿאָרשן מיט אײַער גאַנצן האַרצן. 14 און איך װעל זיך לאָזן געפֿינען פֿון אײַך, זאָגט ה׳, און איך װעל אומקערן אײַער געפֿאַנגענשאַפֿט, און װעל אײַך אײַנזאַמלען פֿון אַלע פֿעלקער, און פֿון אַלע ערטער, װאָס איך האָב אײַך פֿאַרשטױסן אַהין, זאָגט ה׳, און איך װעל אײַך אומקערן צו דעם אָרט, װאָס איך האָב אײַך פֿאַרטריבן פֿון דאָרטן.

Veja também