31 נישט װי דער ברית װאָס איך האָב געשלאָסן מיט זײערע עלטערן אין דעם טאָג װאָס איך האָב אָנגענומען זײער האַנט זײ אַרױסצוציען פֿון לאַנד מִצרַיִם; װאָרעם זײ האָבן פֿאַרשטערט מײַן ברית, הגם איך בין געװען זײער מאַן, זאָגט ה׳. 32 נײַערט דאָס װעט זײַן דער ברית װאָס איך װעל שליסן מיט דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל נאָך יענע טאָג, זאָגט ה׳: איך גיב אַרײַן מײַן תּורה אין זײ, און אױף זײער האַרצן װעל איך זי אױפֿשרײַבן; און איך װעל זײ זײַן צום אלֹקים, און זײ װעלן מיר זײַן צום פֿאָלק. 33 און זײ װעלן מער נישט לערנען איטלעכער זײַן חבֿר, און איטלעכער זײַן ברודער, אַזױ צו זאָגן: קענט ג-ט! װאָרעם זײ אַלע װעלן מיך קענען, פֿון זײער קלענסטן ביז זײער גרעסטן, זאָגט ה׳; װאָרעם איך װעל פֿאַרגעבן זײער זינד, און זײער חטא װעל איך מער נישט דערמאָנען.
34 אַזױ האָט ה׳ געזאָגט,
דער װאָס גיט די זון פֿאַר אַ ליכט בײַ טאָג,
און די געזעצן פֿון לבֿנה און שטערן
פֿאַר אַ ליכט בײַ נאַכט;
דער װאָס שפּרײט אױס דאָס ים און זײַנע כװאַליעס שטורעמען –
ה׳ צבָֿאוֹת איז זײַן נאָמען: