Pular para o conteúdo
Publicidade

תְּהִלִּים 102

1 אַ תּפֿילה פֿאַר דעם געדריקטן װען ער פֿאַרגײט זיך, און ער גיסט אױס פֿאַר ה׳ זײַן קלאָג.

2 ה׳, הער צו מײַן תּפֿילה,

און מײַן געשרײ זאָל קומען צו דיר.

3 זאָלסט נישט פֿאַרבאָרגן דײַן פּנים פֿון מיר,

אין טאָג פֿון מײַן נױט נײַג דײַן אױער צו מיר,

אין טאָג װאָס איך רוף, ענטפֿער מיר גיך.

4 װאָרעם אַזױ װי רױך פֿאַרגײען מײַנע טעג,

און מײַנע בײנער זײַנען װי אַן אױװן צעברענט.

5 צעקלאַפּט װי גראָז און פֿאַרטריקנט איז מײַן האַרץ,

װאָרעם איך פֿאַרגעס צו עסן מײַן ברױט.

6 פֿון װעגן די קוֹלות פֿון מײַן קרעכצן

איז מײַן געבײן צוגעקלעפּט צו מײַן הױט.

7 איך בין געגליכן צו אַ פּעליקאַן פֿון מדבר,

איך בין געװאָרן װי אַן אײַל פֿון די חורבֿות.

8 איך בין װאַך נאָכאַנאַנד און בין געװאָרן

װי אַן עלנדער פֿױגל אױף אַ דאַך.

9 אַ גאַנצן טאָג לעסטערן מיך מײַנע פֿײַנט,

די װאָס װילדעװען קעגן מיר, שילטן זיך מיט מיר.

10 װאָרעם אַש האָב איך אַזױ װי ברױט געגעסן,

און מײַנע געטראַנקען האָב איך מיט געװײן געמישט.

11 פֿון װעגן דײַן כּעס און דײַן צאָרן;

װאָרעם האָסט מיך אױפֿגעהױבן און מיך אַװעקגעשלײַדערט.

12 מײַנע טעג זײַנען װי אַ שאָטן װאָס נײַגט זיך,

און אַזױ װי גראָז טריקן איך אײַן.

13 אָבער דו ה׳ טראָנסט אױף אײביק,

און דײַן געדעכעניש איז אױף דור-דורות.

14 דו װעסט אױפֿשטײן און זיך דערבאַרעמען אױף צִיוֹן,

װאָרעם עס איז צײַט זי צו לײַטזעליקן,

װאָרעם געקומען איז די שעה.

15 װאָרעם דײַנע קנעכט גאַרן נאָך אירע שטײנער,

און איר שטױב האָבן זײ ליב.

16 און די פֿעלקער װעלן פֿאָרכטן דעם נאָמען פֿון ה׳,

און אַלע מלכים פֿון דער ערד דײַן פּראַכט,

17 װען ה׳ האָט אױפֿגעבױט צִיוֹן,

זיך באַװיזן אין זײַן פּראַכט;

18 זיך געקערט צו דער תּפֿילה פֿון דעם עלנדן,

און נישט פֿאַראַכט זײער תּפֿילה.

19 דאָס װעט פֿאַרשריבן װערן פֿאַרן שפּעטערדיקן דור,

און דאָס פֿאָלק װאָס װעט באַשאַפֿן װערן, װעט לױבן ה׳.

20 װאָרעם ער האָט אַראָפּגעקוקט פֿון זײַן הײליקער הײך;

ה׳ האָט פֿון הימל געלוגט אױף דער ערד,

21 צו הערן דאָס קרעכצן פֿון געפֿאַנגענעם,

פֿרײַ צו מאַכן די אָנגעברײטע צום טױט.

22 כּדי מע זאָל דערצײלן אין צִיוֹן ה׳ס נאָמען,

און זײַן לױב אין ירושָלַיִם,

23 װען די פֿעלקער זאַמלען זיך אײַן אין אײנעם,

און די קיניגרײַכן צו דינען ה׳.

24 ער האָט אָפּגעשלאַפֿט אין װעג מײַן כּוֹח,

ער האָט געקירצט מײַנע טעג.

25 איך זאָג: מײַן ג-ט,

זאָלסט מיך נישט אַװעקנעמען אין העלפֿט פֿון מײַנע טעג,

דו װאָס אױף דור-דורות זײַנען דײַנע יאָרן.

26 לאַנג צוריק האָסטו די ערד געגרונטפֿעסט,

און דאָס װערק פֿון דײַנע הענט זײַנען די הימלען.

27 זײ װעלן אונטערגײן, און דו װעסט באַשטײן,

יאָ, זײ אַלע װעלן װי אַ בגד צעקריכן,

װי אַ מלבוש װעסטו זײ בײַטן, און זײ װעלן פֿאַרגײן;

28 אָבער דו ביסט דער אײגענער,

און דײַנע יאָרן װעלן זיך נישט ענדיקן.

29 די קינדער פֿון דײַנע קנעכט װעלן בלײַבן,

און זײער זאָמען װעט שטײן פֿעסט פֿאַר דיר.

Todos os capítulos de תְּהִלִּים 150
  1. 1
  2. 2
  3. 3
  4. 4
  5. 5
  6. 6
  7. 7
  8. 8
  9. 9
  10. 10
  11. 11
  12. 12
  13. 13
  14. 14
  15. 15
  16. 16
  17. 17
  18. 18
  19. 19
  20. 20
  21. 21
  22. 22
  23. 23
  24. 24
  25. 25
  26. 26
  27. 27
  28. 28
  29. 29
  30. 30
  31. 31
  32. 32
  33. 33
  34. 34
  35. 35
  36. 36
  37. 37
  38. 38
  39. 39
  40. 40
  41. 41
  42. 42
  43. 43
  44. 44
  45. 45
  46. 46
  47. 47
  48. 48
  49. 49
  50. 50
  51. 51
  52. 52
  53. 53
  54. 54
  55. 55
  56. 56
  57. 57
  58. 58
  59. 59
  60. 60
  61. 61
  62. 62
  63. 63
  64. 64
  65. 65
  66. 66
  67. 67
  68. 68
  69. 69
  70. 70
  71. 71
  72. 72
  73. 73
  74. 74
  75. 75
  76. 76
  77. 77
  78. 78
  79. 79
  80. 80
  81. 81
  82. 82
  83. 83
  84. 84
  85. 85
  86. 86
  87. 87
  88. 88
  89. 89
  90. 90
  91. 91
  92. 92
  93. 93
  94. 94
  95. 95
  96. 96
  97. 97
  98. 98
  99. 99
  100. 100
  101. 101
  102. 102
  103. 103
  104. 104
  105. 105
  106. 106
  107. 107
  108. 108
  109. 109
  110. 110
  111. 111
  112. 112
  113. 113
  114. 114
  115. 115
  116. 116
  117. 117
  118. 118
  119. 119
  120. 120
  121. 121
  122. 122
  123. 123
  124. 124
  125. 125
  126. 126
  127. 127
  128. 128
  129. 129
  130. 130
  131. 131
  132. 132
  133. 133
  134. 134
  135. 135
  136. 136
  137. 137
  138. 138
  139. 139
  140. 140
  141. 141
  142. 142
  143. 143
  144. 144
  145. 145
  146. 146
  147. 147
  148. 148
  149. 149
  150. 150

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.