Pular para o conteúdo
Publicidade

תְּהִלִּים 118

1 גיט אַ דאַנק צו ה׳, װאָרעם ער איז גוט,

װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.

2 זאָל נון זאָגן יִשׂרָאֵל:

װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.

3 זאָל נון זאָגן דאָס הױז פֿון אַהרֹן:

װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.

4 זאָלן נון זאָגן די װאָס פֿאָרכטן ה׳:

װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.

5 פֿון ענגעניש האָב איך גערופֿן ה׳,

האָט ה׳ מיר געענטפֿערט מיט דער ברײטערניש.

6 ה׳ איז מיט מיר, איך האָב נישט קײן מורא,

װאָס קען אַ מענטש מיר טאָן?

7 ה׳ איז מיר מײַן העלפֿער,

און איך װעל זען אױף מײַנע שָׂונאים.

8 בעסער זיך באַשיצן אין ה׳,

אײדער זיך פֿאַרזיכערן אױף אַ מענטשן.

9 בעסער זיך באַשיצן אין ה׳,

אײדער זיך פֿאַרזיכערן אױף פֿירשטן.

10 אַלע פֿעלקער האָבן מיך אַרומגערינגלט;

מיט דעם נאָמען פֿון ה׳ אָבער װעל איך זײ פֿאַרשנײַדן.

11 זײ האָבן מיך אַרומגערינגלט, יאָ אַרומגערינגלט האָבן זײ מיך;

מיט דעם נאָמען פֿון ה׳ אָבער װעל איך זײ פֿאַרשנײַדן.

12 זײ האָבן מיך אַרומגערינגלט װי בינען;

זײ זײַנען פֿאַרלאָשן געװאָרן װי פֿײַער פֿון דערנער;

פֿאַר װאָר, מיט דעם נאָמען פֿון ה׳ װעל איך זײ פֿאַרשנײַדן.

13 שטױסן האָסטו מיך געשטױסן צום פֿאַלן,

אָבער ה׳ האָט מיך געהאָלפֿן.

14 מײַן שטאַרקײט און געזאַנג איז ה׳,

און ער איז מיר געװען אַ ישועה.

15 אַ קֹול פֿון געזאַנג און ישועה

איז אין די געצעלטן פֿון די צדיקים;

די רעכטע האַנט פֿון ה׳ טוט גבֿורות.

16 די רעכטע האַנט פֿון ה׳ איז דערהױבן,

די רעכטע האַנט פֿון ה׳ טוט גבֿורות.

17 איך װעל נישט שטאַרבן נאָר לעבן,

און דערצײלן די מעשׂים פֿון ה׳.

18 שטראָפֿן געשטראָפֿט האָט מיך ה׳,

אָבער צום טױט האָט ער מיך נישט געגעבן.

19 עפֿנט מיר די טױערן פֿון גערעכטיקײט,

איך װעל אַרײַנגײן אין זײ, איך װעל דאַנקען ה׳.

20 דאָס איז דער טױער פֿון ה׳,

די גערעכטע זאָלן אַרײַנגײן אין אים.

21 איך דאַנק דיר, װאָרעם האָסט מיר געענטפֿערט,

און ביסט מיר געװען אַ ישועה.

22 דער שטײן װאָס די בױמײַנסטערס האָבן פֿאַרװאַרפֿן,

איז געװאָרן צום הױפּט פֿונעם װינקל.

23 פֿון ה׳ איז דאָס געשען,

װוּנדערלעך איז עס אין אונדזערע אױגן.

24 דאָס איז דער טאָג װאָס ה׳ האָט געמאַכט,

לאָמיר לוסטיק זײַן און זיך פֿרײען אין אים.

25 איך בעט דיך, ה׳, העלף אַנטקעגנקומען!

איך בעט דיך, ה׳, באַגליק נון!

26 געבענטשט דער װאָס קומט אין נאָמען פֿון ה׳!

מיר בענטשן אײַך פֿון ה׳ס הױז.

27 ה׳ איז אֵל, און ער האָט אונדז דערלוכטן;

פֿלעכט אַ טאַנץ מיט צװײַגן

ביז די הערנער פֿון מזבח.

28 מײַן ג-ט ביסטו, און איך װעל דיר דאַנקען;

מײַן ג-ט – װעל איך דיך דערהײבן.

29 גיט אַ דאַנק צו ה׳, װאָרעם ער איז גוט,

װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.

Todos os capítulos de תְּהִלִּים 150
  1. 1
  2. 2
  3. 3
  4. 4
  5. 5
  6. 6
  7. 7
  8. 8
  9. 9
  10. 10
  11. 11
  12. 12
  13. 13
  14. 14
  15. 15
  16. 16
  17. 17
  18. 18
  19. 19
  20. 20
  21. 21
  22. 22
  23. 23
  24. 24
  25. 25
  26. 26
  27. 27
  28. 28
  29. 29
  30. 30
  31. 31
  32. 32
  33. 33
  34. 34
  35. 35
  36. 36
  37. 37
  38. 38
  39. 39
  40. 40
  41. 41
  42. 42
  43. 43
  44. 44
  45. 45
  46. 46
  47. 47
  48. 48
  49. 49
  50. 50
  51. 51
  52. 52
  53. 53
  54. 54
  55. 55
  56. 56
  57. 57
  58. 58
  59. 59
  60. 60
  61. 61
  62. 62
  63. 63
  64. 64
  65. 65
  66. 66
  67. 67
  68. 68
  69. 69
  70. 70
  71. 71
  72. 72
  73. 73
  74. 74
  75. 75
  76. 76
  77. 77
  78. 78
  79. 79
  80. 80
  81. 81
  82. 82
  83. 83
  84. 84
  85. 85
  86. 86
  87. 87
  88. 88
  89. 89
  90. 90
  91. 91
  92. 92
  93. 93
  94. 94
  95. 95
  96. 96
  97. 97
  98. 98
  99. 99
  100. 100
  101. 101
  102. 102
  103. 103
  104. 104
  105. 105
  106. 106
  107. 107
  108. 108
  109. 109
  110. 110
  111. 111
  112. 112
  113. 113
  114. 114
  115. 115
  116. 116
  117. 117
  118. 118
  119. 119
  120. 120
  121. 121
  122. 122
  123. 123
  124. 124
  125. 125
  126. 126
  127. 127
  128. 128
  129. 129
  130. 130
  131. 131
  132. 132
  133. 133
  134. 134
  135. 135
  136. 136
  137. 137
  138. 138
  139. 139
  140. 140
  141. 141
  142. 142
  143. 143
  144. 144
  145. 145
  146. 146
  147. 147
  148. 148
  149. 149
  150. 150

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.