Pular para o conteúdo
Publicidade

תְּהִלִּים 132

1 אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען.

געדענק, ה׳, דָוִדן אַל זײַן פּלאָגן זיך.

2 װי ער האָט געשװאָרן צו ה׳,

אַ נדר געטאָן צום מאַכטיקן פֿון יעקבֿ:

3 אױב איך װעל קומען אין געצעלט פֿון מײַן הױז,

אױב איך װעל אַרױף אױף דעם בעט פֿון מײַן געלעגער,

4 אױב איך װעל געבן שלאָף צו מײַנע אױגן,

צו מײַנע ברעמען שלומער,

5 ביז איך װעל געפֿינען אַן אָרט פֿאַר ה׳,

אַ װױנונג פֿאַר דעם מאַכטיקן פֿון יעקבֿ!

6 זע, מיר האָבן געהערט אַז עס איז אין אֶפֿרָת,

מיר האָבן עס געפֿונען אין פֿעלד פֿון יַעַר.

7 לאָמיר קומען צו זײַן װױנונג,

לאָמיר זיך בוקן צו זײַן פֿוסבענקל.

8 שטײ אױף, ה׳, צו דײַן רו,

דו און דער אָרון פֿון דײַן שטאַרקײט.

9 דײַנע כּהנים זאָלן זיך אָנקלײדן אין גערעכטיקײט,

און דײַנע פֿרומע זאָלן זינגען.

10 פֿון װעגן דָוִדן דײַן קנעכט,

זאָלסט נישט אָפּשטױסן דעם פּנים פֿון דײַן געזאַלבטן.

11 ה׳ האָט אמת געשװאָרן צו דָוִדן,

ער װעט זיך נישט אָפּקערן דערפֿון:

פֿון דער פֿרוכט פֿון דײַן לײַב

װעל איך זעצן אױף דײַן טראָן.

12 אױב דײַנע זין װעלן היטן מײַן ברית,

און מײַן צײגנים װאָס איך װעל זײ לערנען,

װעלן אױך זײערע זין ביז אײביק זיצן אױף דײַן טראָן.

13 װאָרעם ה׳ האָט אױסדערװײלט צִיוֹן,

זי געגלוסט פֿאַר זײַן װױנונג:

14 דאָס איז מײַן רוּונג ביז אײביק,

דאָ װעל איך זיצן, װײַל איך גלוסט זי.

15 בענטשן װעל איך בענטשן איר שפּײַז,

אירע באַדערפֿטיקע װעל איך זעטן מיט ברױט.

16 און אירע כּהנים װעל איך אָנקלײדן אין הילף,

און זינגען װעלן זינגען אירע פֿרומע.

17 דאָרטן װעל איך מאַכן שפּראָצן אַ האָרן פֿאַר דָוִדן,

איך האָב אָנגעברײט אַ ליכט פֿאַר מײַן געזאַלבטן.

18 זײַנע פֿײַנט װעל איך אָנקלײדן אין שאַנד,

און אױף אים װעט שײַנען זײַן קרױן.

Todos os capítulos de תְּהִלִּים 150
  1. 1
  2. 2
  3. 3
  4. 4
  5. 5
  6. 6
  7. 7
  8. 8
  9. 9
  10. 10
  11. 11
  12. 12
  13. 13
  14. 14
  15. 15
  16. 16
  17. 17
  18. 18
  19. 19
  20. 20
  21. 21
  22. 22
  23. 23
  24. 24
  25. 25
  26. 26
  27. 27
  28. 28
  29. 29
  30. 30
  31. 31
  32. 32
  33. 33
  34. 34
  35. 35
  36. 36
  37. 37
  38. 38
  39. 39
  40. 40
  41. 41
  42. 42
  43. 43
  44. 44
  45. 45
  46. 46
  47. 47
  48. 48
  49. 49
  50. 50
  51. 51
  52. 52
  53. 53
  54. 54
  55. 55
  56. 56
  57. 57
  58. 58
  59. 59
  60. 60
  61. 61
  62. 62
  63. 63
  64. 64
  65. 65
  66. 66
  67. 67
  68. 68
  69. 69
  70. 70
  71. 71
  72. 72
  73. 73
  74. 74
  75. 75
  76. 76
  77. 77
  78. 78
  79. 79
  80. 80
  81. 81
  82. 82
  83. 83
  84. 84
  85. 85
  86. 86
  87. 87
  88. 88
  89. 89
  90. 90
  91. 91
  92. 92
  93. 93
  94. 94
  95. 95
  96. 96
  97. 97
  98. 98
  99. 99
  100. 100
  101. 101
  102. 102
  103. 103
  104. 104
  105. 105
  106. 106
  107. 107
  108. 108
  109. 109
  110. 110
  111. 111
  112. 112
  113. 113
  114. 114
  115. 115
  116. 116
  117. 117
  118. 118
  119. 119
  120. 120
  121. 121
  122. 122
  123. 123
  124. 124
  125. 125
  126. 126
  127. 127
  128. 128
  129. 129
  130. 130
  131. 131
  132. 132
  133. 133
  134. 134
  135. 135
  136. 136
  137. 137
  138. 138
  139. 139
  140. 140
  141. 141
  142. 142
  143. 143
  144. 144
  145. 145
  146. 146
  147. 147
  148. 148
  149. 149
  150. 150

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.