Pular para o conteúdo
Publicidade

תְּהִלִּים 25

1 פֿון דָוִדן.

צו דיר, ה׳, הײב איך אױף מײַן זעל.

2 מײַן ג-ט, אױף דיר פֿאַרזיכער איך מיך,

לאָמיך נישט פֿאַרשעמט װערן,

זאָלן נישט קװעלן אױף מיר מײַנע פֿײַנט.

3 יאָ, אַלע װאָס האָפֿן אױף דיר זאָלן נישט פֿאַרשעמט װערן;

פֿאַרשעמט װערן זאָלן די װאָס פֿעלשן פֿאַר גאָרנישט.

4 דײַנע װעגן, ה׳, מאַך מיך װיסן,

דײַנע שטעגן לערן מיך.

5 פֿיר מיך אין דײַן אמת, און לערן מיך,

װאָרעם דו ביסט דער אלֹקים פֿון מײַן הילף;

צו דיר האָב איך געהאָפֿט אַ גאַנצן טאָג.

6 דערמאָן, ה׳, דײַן דערבאַרעמונג און דײַנע חסדים,

װאָרעם זײ זײַנען פֿון אײביק אָן.

7 די זינד פֿון מײַן יוגנט און מײַנע פֿאַרברעכן

זאָלסטו נישט דערמאָנען;

לױט דײַן חֶסֶד דערמאָן זיך דו אָן מיר,

פֿון װעגן דײַן גוטסקײט, ה׳.

8 גוט און רעכטפֿאַרטיק איז ה׳,

דערום אױסלערנט ער די זינדיקע דעם װעג.

9 ער פֿירט די שטילע אין גערעכטיקײט,

און לערנט די שטילע זײַן װעג.

10 אַלע װעגן פֿון ה׳ זײַנען חֶסֶד און טרײַשאַפֿט

צו די װאָס היטן זײַן ברית און זײַנע צײגנים.

11 פֿון װעגן דײַן נאָמען, ה׳,

זאָלסטו פֿאַרגעבן מײַן זינד, װאָרעם זי איז גרױס.

12 װער נאָר אַ מאַן װאָס פֿאָרכט ה׳,

װעט ער אים װײַזן דעם װעג װאָס ער זאָל װײלן.

13 זײַן זעל װעט רוען אין גוטס,

און זײַן זאָמען װעט אַרבן דאָס לאַנד.

14 ה׳ס פֿאַרטרױטקײט איז מיט די װאָס פֿאָרכטן אים,

און זײַן ברית, כּדי זײ צו לערנען.

15 מײַנע אױגן זײַנען תּמיד צו ה׳,

װאָרעם ער ציט אַרױס פֿון נעץ מײַנע פֿיס.

16 קער זיך צו מיר, און לײַטזעליק מיך,

װאָרעם עלנד און אָרים בין איך.

17 די צרות פֿון מײַן האַרצן האָבן זיך אױסגעברײט,

פֿון מײַנע דריקענישן ציִ מיך אַרױס.

18 זע מײַן פּײַן און מײַן מאַטערניש,

און פֿאַרגיב אַלע מײַנע זינד.

19 זע װי מײַנע שָׂונאים זײַנען פֿיל,

און די אומגערעכטע פֿײַנטשאַפֿט װאָס זײ האָבן מיך פֿײַנט.

20 היט מײַן זעל און זײַ מיך מציל,

לאָמיך נישט פֿאַרשעמט װערן, װײַל איך שיץ מיך אין דיר.

21 זאָל ערלעכקײט און רעכטפֿאַרטיקײט מיך באַהיטן,

װאָרעם איך טו האָפֿן צו דיר.

22 דערלײז, אלֹקים, יִשׂרָאֵל

פֿון אַלע זײַנע צרות.

Todos os capítulos de תְּהִלִּים 150
  1. 1
  2. 2
  3. 3
  4. 4
  5. 5
  6. 6
  7. 7
  8. 8
  9. 9
  10. 10
  11. 11
  12. 12
  13. 13
  14. 14
  15. 15
  16. 16
  17. 17
  18. 18
  19. 19
  20. 20
  21. 21
  22. 22
  23. 23
  24. 24
  25. 25
  26. 26
  27. 27
  28. 28
  29. 29
  30. 30
  31. 31
  32. 32
  33. 33
  34. 34
  35. 35
  36. 36
  37. 37
  38. 38
  39. 39
  40. 40
  41. 41
  42. 42
  43. 43
  44. 44
  45. 45
  46. 46
  47. 47
  48. 48
  49. 49
  50. 50
  51. 51
  52. 52
  53. 53
  54. 54
  55. 55
  56. 56
  57. 57
  58. 58
  59. 59
  60. 60
  61. 61
  62. 62
  63. 63
  64. 64
  65. 65
  66. 66
  67. 67
  68. 68
  69. 69
  70. 70
  71. 71
  72. 72
  73. 73
  74. 74
  75. 75
  76. 76
  77. 77
  78. 78
  79. 79
  80. 80
  81. 81
  82. 82
  83. 83
  84. 84
  85. 85
  86. 86
  87. 87
  88. 88
  89. 89
  90. 90
  91. 91
  92. 92
  93. 93
  94. 94
  95. 95
  96. 96
  97. 97
  98. 98
  99. 99
  100. 100
  101. 101
  102. 102
  103. 103
  104. 104
  105. 105
  106. 106
  107. 107
  108. 108
  109. 109
  110. 110
  111. 111
  112. 112
  113. 113
  114. 114
  115. 115
  116. 116
  117. 117
  118. 118
  119. 119
  120. 120
  121. 121
  122. 122
  123. 123
  124. 124
  125. 125
  126. 126
  127. 127
  128. 128
  129. 129
  130. 130
  131. 131
  132. 132
  133. 133
  134. 134
  135. 135
  136. 136
  137. 137
  138. 138
  139. 139
  140. 140
  141. 141
  142. 142
  143. 143
  144. 144
  145. 145
  146. 146
  147. 147
  148. 148
  149. 149
  150. 150

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.