Pular para o conteúdo
Publicidade

תְּהִלִּים 30

1 אַ מיזמור; אַ געזאַנג צו דער באַנײַונג פֿון הֵיכל פֿון דָוִדן.

2 איך דערהײב דיך, ה׳, װאָרעם האָסט מיך אױפֿגעריכט,

און נישט דערפֿרײט מײַנע פֿײַנט איבער מיר.

3 ה׳ מײַן ג-ט, איך האָב געשריִען צו דיר,

און האָסט מיך געהײלט.

4 ה׳, האָסט אַרױפֿגעבראַכט פֿון שְׁאֹול מײַן זעל,

האָסט מיך אױפֿגעלעבט, איך זאָל נישט נידערן אין גרוב.

5 זינגט צו ה׳, זײַנע פֿרומע,

און דאַנקט זײַן הײליקער געדעכעניש.

6 װאָרעם אַ רגע איז זײַן צאָרן,

אַ לעבן זײַן גוטװיליקײט.

איבער נאַכט בלײַבט געװײן,

און פֿרימאָרגנס איז געזאַנג.

7 און איך האָב געװעסט געזאָגט אין מײַן שלװה:

איך װעל נישט אומפֿאַלן קײן מאָל.

8 אין דײַן גוטװיליקײט, ה׳,

האָסטו געהאַט אױפֿגעשטעלט פֿעסט מײַן באַרג –

האָסטו פֿאַרבאָרגן דײַן פּנים,

און איך בין דערשראָקן געװאָרן.

9 צו דיר, ה׳, פֿלעג איך רופֿן,

און צו אֲדֹנָי פֿלעג איך בעטן:

10 װאָסער געװין איז אין מײַן בלוט,

אַז איך װעל נידערן אין גרוב?

קען דיך לױבן דער שטױב?

קען ער דערצײלן דײַן אמת?

11 הער, ה׳, און לײַטזעליק מיך,

ה׳, זײַ מיר אַ העלפֿער.

12 האָסטו מיר פֿאַרקערט מײַן קלאָג אין טאַנץ,

האָסט אָפּגעבונדן מײַן זאַקקלײד,

און מיך אָנגעגורט מיט פֿרײד;

13 דערום װעט דיך באַזינגען די זעל, און נישט שװײַגן.

ה׳ מײַן ג-ט, אײביק װעל איך דיר דאַנקען.

Todos os capítulos de תְּהִלִּים 150
  1. 1
  2. 2
  3. 3
  4. 4
  5. 5
  6. 6
  7. 7
  8. 8
  9. 9
  10. 10
  11. 11
  12. 12
  13. 13
  14. 14
  15. 15
  16. 16
  17. 17
  18. 18
  19. 19
  20. 20
  21. 21
  22. 22
  23. 23
  24. 24
  25. 25
  26. 26
  27. 27
  28. 28
  29. 29
  30. 30
  31. 31
  32. 32
  33. 33
  34. 34
  35. 35
  36. 36
  37. 37
  38. 38
  39. 39
  40. 40
  41. 41
  42. 42
  43. 43
  44. 44
  45. 45
  46. 46
  47. 47
  48. 48
  49. 49
  50. 50
  51. 51
  52. 52
  53. 53
  54. 54
  55. 55
  56. 56
  57. 57
  58. 58
  59. 59
  60. 60
  61. 61
  62. 62
  63. 63
  64. 64
  65. 65
  66. 66
  67. 67
  68. 68
  69. 69
  70. 70
  71. 71
  72. 72
  73. 73
  74. 74
  75. 75
  76. 76
  77. 77
  78. 78
  79. 79
  80. 80
  81. 81
  82. 82
  83. 83
  84. 84
  85. 85
  86. 86
  87. 87
  88. 88
  89. 89
  90. 90
  91. 91
  92. 92
  93. 93
  94. 94
  95. 95
  96. 96
  97. 97
  98. 98
  99. 99
  100. 100
  101. 101
  102. 102
  103. 103
  104. 104
  105. 105
  106. 106
  107. 107
  108. 108
  109. 109
  110. 110
  111. 111
  112. 112
  113. 113
  114. 114
  115. 115
  116. 116
  117. 117
  118. 118
  119. 119
  120. 120
  121. 121
  122. 122
  123. 123
  124. 124
  125. 125
  126. 126
  127. 127
  128. 128
  129. 129
  130. 130
  131. 131
  132. 132
  133. 133
  134. 134
  135. 135
  136. 136
  137. 137
  138. 138
  139. 139
  140. 140
  141. 141
  142. 142
  143. 143
  144. 144
  145. 145
  146. 146
  147. 147
  148. 148
  149. 149
  150. 150

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.