Pular para o conteúdo
Publicidade

תְּהִלִּים 33

1 פֿרײט זיך צדיקים, מיט ה׳,

שײן פֿאַר די רעכטפֿאַרטיקע איז לױבונג.

2 גיט אַ דאַנק צו ה׳ אױף אַ האַרף,

אױף אַ גיטאַר פֿון צען סטרונעס שפּילט צו אים.

3 זינגט צו אים אַ נײַ געזאַנג,

שפּילט װױל מיט געשאַל.

4 װאָרעם רעכטפֿאַרטיק איז דאָס װאָרט פֿון ה׳

און זײַן יעטװעדער טוּונג איז מיט טרײַשאַפֿט.

5 ער האָט ליב רעכט און גערעכטיקײט,

מיט דעם חֶסֶד פֿון ה׳ איז פֿול די ערד.

6 דורך דעם װאָרט פֿון ה׳ זײַנען די הימלען געמאַכט געװאָרן,

און דורך דעם רוּחַ פֿון זײַן מױל זײער גאַנצער חיל.

7 ער זאַמלט װי אַ סטױג די װאַסערן פֿון ים,

ער טוט אַרײַן אין שפּײַכלערס די תּהומען.

8 מורא פֿאַר ה׳ האָט די גאַנצע ערד,

פֿאַר אים פֿאָרכטן אַלע באַװױנער פֿון דער װעלט.

9 װאָרעם ער זאָגט, און עס געשעט,

ער באַפֿעלט, און עס באַשטײט.

10 ה׳ פֿאַרשטערט דעם באַראָט פֿון די פֿעלקער,

ער פֿאַרװערט די מחשבֿות פֿון די אומות.

11 דער באַראָט פֿון ה׳ װעט אױף אײביק באַשטײן,

די טראַכטונגען פֿון זײַן האַרצן אױף דור-דורות.

12 װױל צו דעם פֿאָלק װאָס ה׳ איז זײַן ג-ט,

צו דער אומה װאָס ער האָט געװײלט זיך צום אַרב.

13 פֿון הימל לוגט ה׳,

ער זעט אַלע מענטשנקינדער;

14 פֿון דעם אָרט פֿון זײַן װױנונג

באַטראַכט ער אַלע באַװױנער פֿון דער ערד;

15 ער װאָס פֿורעמט זײער אַלעמענס האַרץ,

װאָס פֿאַרשטײט אַלע זײערע מעשׂים.

16 אַ מלך װערט נישט געהאָלפֿן דורך פֿיל חיל,

אַ גיבור װערט נישט ניצול דורך גרױס כּוֹח;

17 אַן אָפּנאַר איז דער פֿערד פֿאַר הילף,

און מיט זײַן גרױס כּוֹח װעט ער נישט מאַכן אַנטרינען.

18 זע, דאָס אױג פֿון ה׳ איז אױף די װאָס פֿאָרכטן אים,

אױף די װאָס האָפֿן צו זײַן חֶסֶד,

19 מציל צו זײַן פֿון טױט זײער זעל,

און זײ צו דערהאַלטן אין הונגער.

20 אונדזער זעל האָט געהאַרט אױף ה׳,

אונדזער הילף און אונדזער שילד איז ער.

21 װאָרעם מיט אים פֿרײט זיך אונדזער האַרץ,

װאָרעם אױף זײַן הײליקן נאָמען האָבן מיר זיך פֿאַרזיכערט.

22 זאָל דײַן חֶסֶד, ה׳, זײַן אױף אונדז,

אַזױ װי מיר האָבן געהאָפֿט צו דיר.

Todos os capítulos de תְּהִלִּים 150
  1. 1
  2. 2
  3. 3
  4. 4
  5. 5
  6. 6
  7. 7
  8. 8
  9. 9
  10. 10
  11. 11
  12. 12
  13. 13
  14. 14
  15. 15
  16. 16
  17. 17
  18. 18
  19. 19
  20. 20
  21. 21
  22. 22
  23. 23
  24. 24
  25. 25
  26. 26
  27. 27
  28. 28
  29. 29
  30. 30
  31. 31
  32. 32
  33. 33
  34. 34
  35. 35
  36. 36
  37. 37
  38. 38
  39. 39
  40. 40
  41. 41
  42. 42
  43. 43
  44. 44
  45. 45
  46. 46
  47. 47
  48. 48
  49. 49
  50. 50
  51. 51
  52. 52
  53. 53
  54. 54
  55. 55
  56. 56
  57. 57
  58. 58
  59. 59
  60. 60
  61. 61
  62. 62
  63. 63
  64. 64
  65. 65
  66. 66
  67. 67
  68. 68
  69. 69
  70. 70
  71. 71
  72. 72
  73. 73
  74. 74
  75. 75
  76. 76
  77. 77
  78. 78
  79. 79
  80. 80
  81. 81
  82. 82
  83. 83
  84. 84
  85. 85
  86. 86
  87. 87
  88. 88
  89. 89
  90. 90
  91. 91
  92. 92
  93. 93
  94. 94
  95. 95
  96. 96
  97. 97
  98. 98
  99. 99
  100. 100
  101. 101
  102. 102
  103. 103
  104. 104
  105. 105
  106. 106
  107. 107
  108. 108
  109. 109
  110. 110
  111. 111
  112. 112
  113. 113
  114. 114
  115. 115
  116. 116
  117. 117
  118. 118
  119. 119
  120. 120
  121. 121
  122. 122
  123. 123
  124. 124
  125. 125
  126. 126
  127. 127
  128. 128
  129. 129
  130. 130
  131. 131
  132. 132
  133. 133
  134. 134
  135. 135
  136. 136
  137. 137
  138. 138
  139. 139
  140. 140
  141. 141
  142. 142
  143. 143
  144. 144
  145. 145
  146. 146
  147. 147
  148. 148
  149. 149
  150. 150

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.