Pular para o conteúdo
Publicidade

תְּהִלִּים 39

1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, פֿאַר ידותון; אַ מיזמור פֿון דָוִדן.

2 איך האָב געזאָגט: איך װעל היטן מײַנע װעגן

פֿון צו זינדיקן מיט מײַן צונג;

איך װעל האַלטן אַ שלאָס אױף מײַן מױל,

בעת דער רשע איז פֿאַר מיר.

3 איך בין שטיל אַנטשטומט געװען,

איך האָב געשװיגן, אָן גוטס,

און מײַן װײטאָג איז געװען אײַנגעהאַלטן.

4 איז מײַן האַרץ אין מיר הײס געװאָרן,

האָט אין מײַן געמיט זיך אַ פֿײַער צעברענט;

האָב איך גערעדט מיט מײַן צונג:

5 לאָז מיך װיסן, ה׳, מײַן סוף,

און די מאָס פֿון מײַנע טעג, װאָס זי איז,

לאָמיך װיסן װי פֿאַרגײיִק איך בין.

6 זע, װי אַ שפּאַן האָסטו געמאַכט מײַנע טעג,

און מײַן געדױער איז װי גאָרנישט קעגן דיר;

פֿאַר װאָר, אַ בלױזער הױך װאָס באַשטײט איז איטלעכער מענטש.

סֶלָה.

7 בלױז װי אַן אָפּדוכט גײט אום דער מענטש,

בלױז אומנישט טומלען זײ;

ער קלײַבט, און ער װײס נישט װער דאָס װעט אײַנזאַמלען.

8 און אַצונד, װאָס זאָל איך האָפֿן, אָ אֲדֹנָי?

מײַנע האָפֿענונג איז צו דיר.

9 זײַ מיך מציל פֿון אַלע מײַנע פֿאַרברעכן;

זאָלסט מיך נישט מאַכן צום שפּאָט פֿון דעם נידערטרעכטיקן.

10 איך בין שטום, איך עפֿן נישט מײַן מױל,

װאָרעם דו האָסט עס געטאָן.

11 טו אָפּ פֿון מיר דײַן פּלאָג,

פֿון דעם שטרײַט פֿון דײַן האַנט װער איך פֿאַרלענדט.

12 װאָלסטו מיט שטראָפֿרײד געמוסרט דעם מענטשן פֿאַר זינד!

אָבער מאַכסט צעקריכן װי מאָיל זײַן שײנקײט.

בלױז אַ הױך איז איטלעכער מענטש.

סֶלָה.

13 הער צו מײַן תּפֿילה, ה׳, און מײַן געשרײ פֿאַרנעם;

אױף מײַן טרער זאָלסטו נישט שװײַגן;

װאָרעם אַ פֿרעמדער בין איך בײַ דיר,

אַן אײַנגעװאַנדערטער װי אַלע מײַנע עלטערן.

14 קוק אַװעק פֿון מיר, און לאָמיך זיך אױפֿמונטערן,

אײדער איך װעל אַװעקגײן און מער נישט זײַן.

Todos os capítulos de תְּהִלִּים 150
  1. 1
  2. 2
  3. 3
  4. 4
  5. 5
  6. 6
  7. 7
  8. 8
  9. 9
  10. 10
  11. 11
  12. 12
  13. 13
  14. 14
  15. 15
  16. 16
  17. 17
  18. 18
  19. 19
  20. 20
  21. 21
  22. 22
  23. 23
  24. 24
  25. 25
  26. 26
  27. 27
  28. 28
  29. 29
  30. 30
  31. 31
  32. 32
  33. 33
  34. 34
  35. 35
  36. 36
  37. 37
  38. 38
  39. 39
  40. 40
  41. 41
  42. 42
  43. 43
  44. 44
  45. 45
  46. 46
  47. 47
  48. 48
  49. 49
  50. 50
  51. 51
  52. 52
  53. 53
  54. 54
  55. 55
  56. 56
  57. 57
  58. 58
  59. 59
  60. 60
  61. 61
  62. 62
  63. 63
  64. 64
  65. 65
  66. 66
  67. 67
  68. 68
  69. 69
  70. 70
  71. 71
  72. 72
  73. 73
  74. 74
  75. 75
  76. 76
  77. 77
  78. 78
  79. 79
  80. 80
  81. 81
  82. 82
  83. 83
  84. 84
  85. 85
  86. 86
  87. 87
  88. 88
  89. 89
  90. 90
  91. 91
  92. 92
  93. 93
  94. 94
  95. 95
  96. 96
  97. 97
  98. 98
  99. 99
  100. 100
  101. 101
  102. 102
  103. 103
  104. 104
  105. 105
  106. 106
  107. 107
  108. 108
  109. 109
  110. 110
  111. 111
  112. 112
  113. 113
  114. 114
  115. 115
  116. 116
  117. 117
  118. 118
  119. 119
  120. 120
  121. 121
  122. 122
  123. 123
  124. 124
  125. 125
  126. 126
  127. 127
  128. 128
  129. 129
  130. 130
  131. 131
  132. 132
  133. 133
  134. 134
  135. 135
  136. 136
  137. 137
  138. 138
  139. 139
  140. 140
  141. 141
  142. 142
  143. 143
  144. 144
  145. 145
  146. 146
  147. 147
  148. 148
  149. 149
  150. 150

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.