Pular para o conteúdo
Publicidade

Salmos 46

1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; פֿון די קינדער פֿון קֹרַח; אױף עַלָמות; אַ ליד.

2 אלֹקים איז אונדז אַ באַשיצונג און אַ שטאַרקײט,

אַ הילף אין צרות, גרינג צו געפֿינען.

3 דערום װעלן מיר נישט מורא האָבן,

װען די ערד זאָל זיך בײַטן,

און װען די בערג זאָלן אומפֿאַלן

אין האַרצן פֿון ים.

4 מעגן ברומען, מעגן שױמען זײַנע װאַסערן,

מעגן ציטערן די בערג פֿאַר זײַן הױכקײט.

סֶלָה.

5 אַ טײַך איז דאָ, װאָס זײַנע שטראָמען דערפֿרײען די שטאָט פֿון אלֹקים,

די הײליקסטע װױנונג פֿון עליון.

6 אלֹקים איז אין איר מיטן, זי װעט נישט אומפֿאַלן,

אלֹקים װעט זי העלפֿן אַקעגן פֿרימאָרגן.

7 פֿעלקער האָבן געטומלט, קיניגרײַכן זײַנען אומגעפֿאַלן;

ער האָט אַרױסגעלאָזט זײַן קֹול, טוט זיך װאַקלען די ערד.

8 מיט אונדז איז ה׳ צבָֿאוֹת,

אַ פֿעסטונג איז אונדז דער אלוקי יעקבֿ.

סֶלָה.

9 גײט זעט די אױפֿטוען פֿון ה׳,

װאָס האָט געמאַכט פֿאַרװיסטונגען אין לאַנד.

10 ער מאַכט אױפֿהערן מלחמות ביזן עק פֿון דער ערד,

דעם בױגן צעברעכט ער, און טוט צעהאַקן דעם שפּיז;

רײַטװעגן פֿאַרברענט ער אין פֿײַער.

11 לאָזט אָפּ, און זײַט װיסן אַז איך בין אלֹקים,

איך בין דערהױבן צװישן די פֿעלקער,

דערהױבן אױף דער ערד.

12 ה׳ צבָֿאוֹת איז מיט אונדז,

אַ פֿעסטונג איז אונדז דער אלוקי יעקבֿ.

סֶלָה.

Veja também