Pular para o conteúdo
Publicidade

Salmos 50

1 אַ מיזמור פֿון אָסָפֿן.

דער אֵל פֿון ג-טער, ה׳, האָט גערעדט און גערופֿן די ערד,

פֿון אױפֿגאַנג פֿון דער זון ביז איר אונטערגאַנג.

2 פֿון צִיוֹן דער קרױן פֿון שײנקײט,

האָט אַרױסגעשײַנט אלֹקים.

3 אלוקינו קומט, און ער שװײַגט נישט,

אים פֿאַרױס פֿאַרצערט אַ פֿײַער,

און אַרום אים טוט שטורעמען געװאַלטיק.

4 ער רופֿט צו די הימלען פֿון אױבן,

און צו דער ערד, כּדי צו משפּטן זײַן פֿאָלק:

5 זאַמלט מיר אײַן מײַנע פֿרומע,

די װאָס שליסן מײַן ברית איבער שלאַכטאָפּפֿער.

6 און די הימלען זאָגן אָן זײַן גערעכטיקײט,

װאָרעם אלֹקים, ער איז אַ ריכטער.

סֶלָה.

7 הער מײַן פֿאָלק, און איך װעל רעדן,

יִשׂרָאֵל, און איך װעל דיך װאָרענען:

אלֹקים דײַן ג-ט בין איך.

8 נישט אום דײַנע שלאַכטאָפּפֿער װעל איך דיך שטראָפֿן;

דײַנע בראַנדאָפּפֿער זײַנען דאָך תּמיד פֿאַר מיר.

9 איך װיל נישט נעמען פֿון דײַן הױז קײן אָקס,

פֿון דײַנע שטאַלן קײן בעק.

10 װאָרעם מײַן איז יעטװעדער חיה פֿון װאַלד,

די בהמות אױף טױזנט בערג.

11 איך קען יעטװעדער פֿױגל פֿון די בערג,

און די װידמענונג פֿון פֿעלד איז בײַ מיר.

12 אַז איך זאָל הונגעריק זײַן, װעל איך דיר נישט זאָגן,

װאָרעם מײַן איז די װעלט און איר פֿולקײט.

13 צי עס איך דאָס פֿלײש פֿון אָקסן?

אָדער דאָס בלוט פֿון בעק טו איך טרינקען?

14 שלאַכט צו אלֹקים אַ דאַנקאָפּפֿער,

און באַצאָל עליון אױבערשטער דײַנע נדרים.

15 און רוף מיך אין טאָג פֿון נױט,

װעל איך דיך דערלײזן, און דו װעסט מיך ערלעכן.

16 און צום רשע האָט אלֹקים געזאָגט:

װי קומסטו צו דערצײלן מײַנע געזעצן,

און נעמען מײַן ברית אױף דײַן מױל?

17 אַז דו האָסט פֿײַנט מוסר,

און האָסט געװאָרפֿן מײַנע װערטער הינטער דיר.

18 אַז דו האָסט געזען אַ גנבֿ,

האָסטו זיך געפֿרײַנטלט מיט אים,

און מיט נוֹאפֿים איז געװען דײַן טײל.

19 דײַן מױל האָסטו לױז געלאָזט צום בײזן,

און דײַן צונג פֿלעכט באַטרוג.

20 זיצסטו, באַרעדסטו דײַן ברודער,

דעם זון פֿון דײַן מוטער באַנַװלסטו.

21 דאָס האָסטו געטאָן, און איך האָב געזאָלט שװײַגן?

האָסטו געדאַכט, זײַן װי דו װעל איך זײַן;

װעל איך דיך שטראָפֿן, און דיר לײגן פֿאַר דײַנע אױגן.

22 מערקט דאָס אַקאָרשט, איר װאָס פֿאַרגעסט אָן אֱלוֹהַּ,

כּדי איך זאָל נישט פֿאַרצוקן, און קײנער װעט נישט מציל זײַן.

23 דער װאָס שלאַכט אַ דאַנקאָפּפֿער, ערלעכט מיך,

אָבער דעם װאָס באַטראַכט דעם װעג,

אים װעל איך װײַזן די ישועה פֿון אלֹקים.

Veja também