Pular para o conteúdo
Publicidade

תְּהִלִּים 55

1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, מיט סטרונעשפּיל; אַ באַטראַכטונג פֿון דָוִדן.

2 פֿאַרנעם, אלֹקים, מײַן תּפֿילה,

און זאָלסט זיך נישט פֿאַרהױלן פֿון מײַן געבעט.

3 האָרך צו מיר, און ענטפֿער מיר;

איך לױף אום אין מײַן קלאָג, און איך ברום,

4 פֿון דעם קֹול פֿון דעם פֿײַנט,

פֿון װעגן דער דריקונג פֿון דעם רשע;

װאָרעם זײ ברענגען אױף מיר אומגליק,

און מיט צאָרן טוען זײ מיך פֿײַנטן.

5 מײַן האַרץ צאַפּלט אין מיר,

און טױטשרעקן זײַנען אָנגעפֿאַלן אױף מיר.

6 אַ מורא און אַ ציטערניש קומט אױף מיר,

און אַ שױדער האָט מיך באַדעקט.

7 און איך זאָג: װער גיט מיר פֿליגלען װי אַ טױב,

איך װאָלט אַװעקגעפֿלױגן און גערוט.

8 אָט װאָלט איך אַװעקגעװאָגלט װײַט,

איך װאָלט געװײַלט אין דער מדבר.

סֶלָה.

9 איך װאָלט מיר געאײַלט צו אַן אַנטרינונג

פֿון רײַסיקן װינט, פֿונעם שטורעם.

10 צעמיש, אֲדֹנָי, צעטײל זײער שפּראַך,

װאָרעם איך האָב געזען רױב און קריג אין שטאָט.

11 טאָג און נאַכט רינגלען זײ זי אַרום אױף אירע מױערן,

און אומרעכט און אומגליק איז אין איר מיטן.

12 פֿאַרברעכן זײַנען אין איר מיטן,

און פֿון איר מאַרק טוט זיך נישט אָפּ דריקונג און באַטרוג.

13 װאָרעם נישט אַ פֿײַנט טוט מיך לעסטערן –

דאָס װאָלט איך פֿאַרטראָגן;

נישט מײַן שׂונא האָט זיך געגרײסט איבער מיר –

פֿון אים װאָלט איך מיך פֿאַרבאָרגן;

14 נאָר דו, אַ מענטש מײַן גלײַכן,

מײַן חבֿר און מײַן באַקענטער,

15 װאָס בײַנאַנד פֿלעגן מיר זיס זיך סוֹדען,

גײן אין דעם הױז פֿון אלֹקים מיט געזעמל.

16 זאָל ער אָנרײצן דעם טױט אױף זײ,

זאָלן זײ נידערן לעבעדיקערהײט אין שְׁאֹול!

װאָרעם בײז איז אין זײער װױנונג, צװישן זײ.

17 איך װעל רופֿן צו אלֹקים,

און ה׳ װעט מיך העלפֿן.

18 אָװנט און פֿרימאָרגן און מיטן טאָג

װעל איך קלאָגן און װעל ברומען,

און ער טוט הערן מײַן קֹול.

19 ער טוט אױסלײזן בשלום מײַן זעל,

מע זאָל נישט גענענען צו מיר,

הגם זײ זײַנען פֿיל קעגן מיר.

20 אֵל װעט הערן און װעט זײ אונטערטעניק מאַכן –

דער װאָס טראָנט פֿון אײביק אָן.

סֶלָה.

װאָרעם נישטאָ קײן אָפּבײַט בײַ זײ,

און זײ האָבן נישט מורא פֿאַר אלֹקים.

21 ער שטרעקט אױס זײַנע הענט

אױף די װאָס זײַנען אין שלום מיט אים,

ער פֿאַרשװעכט זײַן ברית.

22 גלאַט זײַנען די שמאַנטיקע רײד פֿון זײַן מױל,

און זײַן האַרץ איז מלחמה;

װײכער פֿון בױמל זײַנען זײַנע װערטער,

אָבער זײ זײַנען שװערדן בלױזע.

23 װאַרף אױף ה׳ דײַן לאַסט,

און ער װעט דיך פֿאַרזאָרגן;

ער װעט קײן מאָל נישט לאָזן פֿאַלן דעם צדיק.

24 אָבער דו אלֹקים װעסט זײ נידערן אין קבֿר-גרוב,

די לײַט פֿון בלוט און באַטרוג

װעלן נישט אױסלעבן האַלב זײערע טעג;

און איך װעל מיך פֿאַרזיכערן אױף דיר.

Todos os capítulos de תְּהִלִּים 150
  1. 1
  2. 2
  3. 3
  4. 4
  5. 5
  6. 6
  7. 7
  8. 8
  9. 9
  10. 10
  11. 11
  12. 12
  13. 13
  14. 14
  15. 15
  16. 16
  17. 17
  18. 18
  19. 19
  20. 20
  21. 21
  22. 22
  23. 23
  24. 24
  25. 25
  26. 26
  27. 27
  28. 28
  29. 29
  30. 30
  31. 31
  32. 32
  33. 33
  34. 34
  35. 35
  36. 36
  37. 37
  38. 38
  39. 39
  40. 40
  41. 41
  42. 42
  43. 43
  44. 44
  45. 45
  46. 46
  47. 47
  48. 48
  49. 49
  50. 50
  51. 51
  52. 52
  53. 53
  54. 54
  55. 55
  56. 56
  57. 57
  58. 58
  59. 59
  60. 60
  61. 61
  62. 62
  63. 63
  64. 64
  65. 65
  66. 66
  67. 67
  68. 68
  69. 69
  70. 70
  71. 71
  72. 72
  73. 73
  74. 74
  75. 75
  76. 76
  77. 77
  78. 78
  79. 79
  80. 80
  81. 81
  82. 82
  83. 83
  84. 84
  85. 85
  86. 86
  87. 87
  88. 88
  89. 89
  90. 90
  91. 91
  92. 92
  93. 93
  94. 94
  95. 95
  96. 96
  97. 97
  98. 98
  99. 99
  100. 100
  101. 101
  102. 102
  103. 103
  104. 104
  105. 105
  106. 106
  107. 107
  108. 108
  109. 109
  110. 110
  111. 111
  112. 112
  113. 113
  114. 114
  115. 115
  116. 116
  117. 117
  118. 118
  119. 119
  120. 120
  121. 121
  122. 122
  123. 123
  124. 124
  125. 125
  126. 126
  127. 127
  128. 128
  129. 129
  130. 130
  131. 131
  132. 132
  133. 133
  134. 134
  135. 135
  136. 136
  137. 137
  138. 138
  139. 139
  140. 140
  141. 141
  142. 142
  143. 143
  144. 144
  145. 145
  146. 146
  147. 147
  148. 148
  149. 149
  150. 150

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.