Pular para o conteúdo
Publicidade

תְּהִלִּים 56

1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, אױף יוֹנהס אֵלֶם רחוֹקים; פֿון דָוִדן אַ מִכתָּם, װען די פּלִשתּים האָבן אים געכאַפּט אין גַת.

2 לײַטזעליק מיך, אלֹקים,

װאָרעם אײַנשלינגען װיל מיך אַ מענטש;

אַ גאַנצן טאָג דריקט ער מיך שטרײַטנדיק.

3 אײַנשלינגען װילן מיך מײַנע לױערער אַ גאַנצן טאָג,

יאָ פֿיל, דו העכסטער, שטרײַטן אױף מיר.

4 דעם טאָג װאָס איך האָב מורא

פֿאַרזיכער איך מיך אױף דיר.

5 אױף אלֹקים װאָס זײַן װאָרט טו איך לױבן,

אױף אלֹקים האָב איך מיך פֿאַרזיכערט,

איך האָב נישט קײן מורא;

װאָס קען אַ בשׂר-ודם מיר טאָן?

6 אַ גאַנצן טאָג קריװדען זײ מײַנע טענות,

אַלע זײערע מחשבֿות זײַנען צום בײזן אױף מיר.

7 זײ קלײַבן זיך אױף, זײ באַהאַלטן זיך,

זײ היטן מײַנע פֿוסטריט,

אַזױ װי זײ קוקן אױס אױף מײַן זעל.

8 פֿאַר דעם אומרעכט שלײַדער זײ אַרױס,

אין צאָרן די פֿעלקער װאַרף אַנידער, אלֹקים.

9 האָסט פֿאַרצײכנט מײַן װאָגלעניש,

טו אַרײַן מײַן טרער אין דײַן לאָגל;

פֿאַר װאָר, זײ זײַנען אין דײַן בוך.

10 דענצמאָל װעלן מײַנע פֿײַנט זיך אומקערן אַהינטער

אין דעם טאָג װאָס איך װעל רופֿן;

דאָס װײס איך אַז אלֹקים איז פֿאַר מיר.

11 אױף אלֹקים װאָס זײַן װאָרט טו איך לױבן,

אױף ה׳ װאָס זײַן װאָרט טו איך לױבן,

12 אױף אלֹקים האָב איך מיך פֿאַרזיכערט,

איך האָב נישט קײן מורא;

װאָס קען אַ מענטש מיר טאָן?

13 איך נעם אױף מיר, אלֹקים, נדרים צו דיר,

איך װעל אָפּצאָלן דאַנקאָפּפֿער צו דיר;

14 װאָרעם האָסט מציל געװען מײַן זעל פֿון טױט,

פֿאַר װאָר, מײַנע פֿיס פֿון שטרױכלונג,

כּדי אַרומצוגײן פֿאַר אלֹקים

אין דעם ליכט פֿון לעבן.

Todos os capítulos de תְּהִלִּים 150
  1. 1
  2. 2
  3. 3
  4. 4
  5. 5
  6. 6
  7. 7
  8. 8
  9. 9
  10. 10
  11. 11
  12. 12
  13. 13
  14. 14
  15. 15
  16. 16
  17. 17
  18. 18
  19. 19
  20. 20
  21. 21
  22. 22
  23. 23
  24. 24
  25. 25
  26. 26
  27. 27
  28. 28
  29. 29
  30. 30
  31. 31
  32. 32
  33. 33
  34. 34
  35. 35
  36. 36
  37. 37
  38. 38
  39. 39
  40. 40
  41. 41
  42. 42
  43. 43
  44. 44
  45. 45
  46. 46
  47. 47
  48. 48
  49. 49
  50. 50
  51. 51
  52. 52
  53. 53
  54. 54
  55. 55
  56. 56
  57. 57
  58. 58
  59. 59
  60. 60
  61. 61
  62. 62
  63. 63
  64. 64
  65. 65
  66. 66
  67. 67
  68. 68
  69. 69
  70. 70
  71. 71
  72. 72
  73. 73
  74. 74
  75. 75
  76. 76
  77. 77
  78. 78
  79. 79
  80. 80
  81. 81
  82. 82
  83. 83
  84. 84
  85. 85
  86. 86
  87. 87
  88. 88
  89. 89
  90. 90
  91. 91
  92. 92
  93. 93
  94. 94
  95. 95
  96. 96
  97. 97
  98. 98
  99. 99
  100. 100
  101. 101
  102. 102
  103. 103
  104. 104
  105. 105
  106. 106
  107. 107
  108. 108
  109. 109
  110. 110
  111. 111
  112. 112
  113. 113
  114. 114
  115. 115
  116. 116
  117. 117
  118. 118
  119. 119
  120. 120
  121. 121
  122. 122
  123. 123
  124. 124
  125. 125
  126. 126
  127. 127
  128. 128
  129. 129
  130. 130
  131. 131
  132. 132
  133. 133
  134. 134
  135. 135
  136. 136
  137. 137
  138. 138
  139. 139
  140. 140
  141. 141
  142. 142
  143. 143
  144. 144
  145. 145
  146. 146
  147. 147
  148. 148
  149. 149
  150. 150

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.