Pular para o conteúdo
Publicidade

תְּהִלִּים 81

1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, אױף גִתּית; פֿון אָסָפֿן.

2 זינגט צו אלֹקים אונדזער שטאַרקײט,

שאַלט צו דעם אלוקי יעקבֿ.

3 הײבט אױף אַ געזאַנג, און שפּילט אױף אַ פּױק,

אױף אַ זיסער האַרף מיט אַ גיטאַר.

4 בלאָזט אַ שופֿר אום ראָש-חודש,

אין פֿולער לבֿנה צו אונדזער יוֹם-טובֿ.

5 װאָרעם דאָס איז אַ חוק פֿאַר יִשׂרָאֵל,

אַ געזעץ פֿון דעם אלוקי יעקבֿ.

6 אַן צײגנים אין יוֹסף האָט ער עס געמאַכט,

אַז װען ער איז אַרױס אױף לאַנד מִצרַיִם,

האָב איך אַ שפּראַך מיר אומבאַקאַנט געהערט.

7 איך האָב אָפּגעטאָן זײַן רוקן פֿון לאַסט,

זײַנע הענט זאָלן אַװעק פֿון דעם טראָגקאָרב.

8 האָסט גערופֿן אין נױט, און איך האָב דיך אַרױסגעצױגן,

איך האָב דיר געענטפֿערט פֿון דער פֿאַרבאָרגעניש פֿון דונער.

איך האָב דיך געפּרוּװט בײַ די װאַסערן פֿון מריבֿה. סֶלָה.

9 הער, מײַן פֿאָלק, און איך װעל דיך װאָרענען,

יִשׂרָאֵל, װען דו זאָלסט מיר צוהערן!

10 קײן אֵל זָר זאָל נישט זײַן בײַ דיר,

און זאָלסט זיך נישט בוקן צו קײן פֿרעמדן ג-ט.

11 איך בין ה׳ דײַן ג-ט,

װאָס האָט דיך אױפֿגעבראַכט פֿון לאַנד מִצרַיִם;

מאַך אױף ברײט דײַן מױל און איך װעל עס אָנפֿילן.

12 אָבער מײַן פֿאָלק האָט נישט צוגעהערט צו מײַן קֹול,

און יִשׂרָאֵל האָט נישט אײַנגעװיליקט צו מיר.

13 און איך האָב אים פֿרײַ געלאָזט

אין דער אײַנגעשפּאַרטקײט פֿון זײַן האַרצן,

זײ זאָלן גײן לױט זײערע באַראָטן.

14 װען מײַן פֿאָלק װאָלט צוהערן צו מיר,

װען יִשׂרָאֵל װאָלט אין מײַנע װעגן גײן!

15 איך װאָלט גיך אונטערטעניקט זײערע פֿײַנט,

און אױף זײערע דריקער געקערט מײַן האַנט.

16 די שָׂונאים פֿון ה׳ װאָלטן אײַנגעגאַנגען פֿאַר אים,

און זײער שטראָף װאָלט געװען אײביק.

17 און אים װאָלט מען געשפּײַזט מיט דעם פֿעטס פֿון װײץ;

און פֿון פֿעלדז דיך װאָלט איך מיט האָניק געזעטיקט.

Todos os capítulos de תְּהִלִּים 150
  1. 1
  2. 2
  3. 3
  4. 4
  5. 5
  6. 6
  7. 7
  8. 8
  9. 9
  10. 10
  11. 11
  12. 12
  13. 13
  14. 14
  15. 15
  16. 16
  17. 17
  18. 18
  19. 19
  20. 20
  21. 21
  22. 22
  23. 23
  24. 24
  25. 25
  26. 26
  27. 27
  28. 28
  29. 29
  30. 30
  31. 31
  32. 32
  33. 33
  34. 34
  35. 35
  36. 36
  37. 37
  38. 38
  39. 39
  40. 40
  41. 41
  42. 42
  43. 43
  44. 44
  45. 45
  46. 46
  47. 47
  48. 48
  49. 49
  50. 50
  51. 51
  52. 52
  53. 53
  54. 54
  55. 55
  56. 56
  57. 57
  58. 58
  59. 59
  60. 60
  61. 61
  62. 62
  63. 63
  64. 64
  65. 65
  66. 66
  67. 67
  68. 68
  69. 69
  70. 70
  71. 71
  72. 72
  73. 73
  74. 74
  75. 75
  76. 76
  77. 77
  78. 78
  79. 79
  80. 80
  81. 81
  82. 82
  83. 83
  84. 84
  85. 85
  86. 86
  87. 87
  88. 88
  89. 89
  90. 90
  91. 91
  92. 92
  93. 93
  94. 94
  95. 95
  96. 96
  97. 97
  98. 98
  99. 99
  100. 100
  101. 101
  102. 102
  103. 103
  104. 104
  105. 105
  106. 106
  107. 107
  108. 108
  109. 109
  110. 110
  111. 111
  112. 112
  113. 113
  114. 114
  115. 115
  116. 116
  117. 117
  118. 118
  119. 119
  120. 120
  121. 121
  122. 122
  123. 123
  124. 124
  125. 125
  126. 126
  127. 127
  128. 128
  129. 129
  130. 130
  131. 131
  132. 132
  133. 133
  134. 134
  135. 135
  136. 136
  137. 137
  138. 138
  139. 139
  140. 140
  141. 141
  142. 142
  143. 143
  144. 144
  145. 145
  146. 146
  147. 147
  148. 148
  149. 149
  150. 150

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.