Pular para o conteúdo
Publicidade

תְּהִלִּים 86

1 אַ תּפֿילה פֿון דָוִדן.

נײַג צו, ה׳, דײַן אױער, ענטפֿער מיר,

װאָרעם אָרים און באַדערפֿטיק בין איך.

2 באַהיט מײַן זעל װאָרעם איך בין פֿרום,

העלף, דו מײַן ג-ט, דײַן קנעכט װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף דיר.

3 לײַטזעליק מיך, אֲדֹנָי,

װאָרעם צו דיר רוף איך אַ גאַנצן טאָג.

4 דערפֿרײ די זעל פֿון דײַן קנעכט,

װאָרעם צו דיר, אֲדֹנָי, הײב איך אױף מײַן נפֿש.

5 װאָרעם דו, אֲדֹנָי, ביסט גוט און פֿאַרגעביק,

און פֿילגענאָדיק צו אַלע װאָס רופֿן דיך.

6 פֿאַרנעם, ה׳, מײַן תּפֿילה,

און האָרך צו דעם קֹול פֿון מײַנע געבעטן.

7 אין טאָג פֿון נױט רוף איך דיך,

װאָרעם דו װעסט מיר ענטפֿערן.

8 נישטאָ אַזאַ װי דו, אֲדֹנָי, צװישן די ג-טער,

און נישטאָ אַזױ װי דײַנע מעשׂים.

9 אַלע פֿעלקער װאָס דו האָסט געמאַכט,

װעלן קומען און זיך בוקן פֿאַר דיר, אֲדֹנָי,

און געבן כּבֿוד צו דײַן נאָמען.

10 װאָרעם גרױס ביסטו, און טוסט װוּנדער,

דו אלֹקים אַלײן.

11 לערן מיך, ה׳, דײַן װעג,

איך זאָל גײן אין דײַן אמת,

אײנציק מײַן האַרץ צו פֿאָרכטן דײַן נאָמען.

12 איך װעל דיך לױבן, אֲדֹנָי מײַן ג-ט, מיט מײַן גאַנצן האַרצן,

און ערלעכן דײַן נאָמען אױף אײביק.

13 װאָרעם גרױס איז דײַן חֶסֶד צו מיר,

און האָסט מציל געװען מײַן זעל פֿון דער טיפֿער שְׁאֹול.

14 אלֹקים, מוטװיליקע זײַנען אָנגעשטאַנען אױף מיר,

און אַ באַנדע געװאַלטטוער זוכן מײַן לעבן,

און זײ האַלט דיך נישט אַנטקעגן זיך.

15 אָבער דו, אֲדֹנָי, ביסט אַ דערבאַרעמדיקער און לײַטזעליקער אֵל,

אײַנגעהאַלטן אין צאָרן און רײַך אין גענאָד און טרײַשאַפֿט.

16 קער זיך צו מיר, און לײַטזעליק מיך,

גיב דײַן שטאַרקײט צו דײַן קנעכט,

און העלף דעם זון פֿון דײַן דינסט.

17 מאַך מיר אַ צײכן צום גוטן,

און זאָלן זען מײַנע שָׂונאים און פֿאַרשעמט װערן,

אַז דו ה׳ האָסט מיך געהאָלפֿן און מיך געטרײסט.

Todos os capítulos de תְּהִלִּים 150
  1. 1
  2. 2
  3. 3
  4. 4
  5. 5
  6. 6
  7. 7
  8. 8
  9. 9
  10. 10
  11. 11
  12. 12
  13. 13
  14. 14
  15. 15
  16. 16
  17. 17
  18. 18
  19. 19
  20. 20
  21. 21
  22. 22
  23. 23
  24. 24
  25. 25
  26. 26
  27. 27
  28. 28
  29. 29
  30. 30
  31. 31
  32. 32
  33. 33
  34. 34
  35. 35
  36. 36
  37. 37
  38. 38
  39. 39
  40. 40
  41. 41
  42. 42
  43. 43
  44. 44
  45. 45
  46. 46
  47. 47
  48. 48
  49. 49
  50. 50
  51. 51
  52. 52
  53. 53
  54. 54
  55. 55
  56. 56
  57. 57
  58. 58
  59. 59
  60. 60
  61. 61
  62. 62
  63. 63
  64. 64
  65. 65
  66. 66
  67. 67
  68. 68
  69. 69
  70. 70
  71. 71
  72. 72
  73. 73
  74. 74
  75. 75
  76. 76
  77. 77
  78. 78
  79. 79
  80. 80
  81. 81
  82. 82
  83. 83
  84. 84
  85. 85
  86. 86
  87. 87
  88. 88
  89. 89
  90. 90
  91. 91
  92. 92
  93. 93
  94. 94
  95. 95
  96. 96
  97. 97
  98. 98
  99. 99
  100. 100
  101. 101
  102. 102
  103. 103
  104. 104
  105. 105
  106. 106
  107. 107
  108. 108
  109. 109
  110. 110
  111. 111
  112. 112
  113. 113
  114. 114
  115. 115
  116. 116
  117. 117
  118. 118
  119. 119
  120. 120
  121. 121
  122. 122
  123. 123
  124. 124
  125. 125
  126. 126
  127. 127
  128. 128
  129. 129
  130. 130
  131. 131
  132. 132
  133. 133
  134. 134
  135. 135
  136. 136
  137. 137
  138. 138
  139. 139
  140. 140
  141. 141
  142. 142
  143. 143
  144. 144
  145. 145
  146. 146
  147. 147
  148. 148
  149. 149
  150. 150

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.