Pular para o conteúdo
Publicidade

תְּהִלִּים 92

1 אַ מיזמור; אַ געזאַנג פֿאַר דעם טאָג פֿון שבת.

2 גוט איז צו לױבן ה׳,

און זינגען צו דײַן נאָמען, דו עליון;

3 צו דערצײלן אין פֿרימאָרגן דײַן חֶסֶד

און דײַן טרײַשאַפֿט אין די נעכט,

4 אױף אַ צענסטרונע און אױף אַ גיטאַר,

מיט פֿאַרטראַכטונג אױף דער האַרף.

5 װאָרעם האָסט מיך דערפֿרײט, ה׳, מיט דײַן װערק,

איך זינג װעגן די מעשׂים פֿון דײַנע הענט.

6 װי גרױס זײַנען דײַנע מעשׂים, ה׳!

טיף ביז גאָר זײַנען דײַנע טראַכטונגען.

7 דער בהֵמישער מענטש װײס נישט,

און דער נאַר פֿאַרשטײט דאָס נישט.

8 אַז די רשעים שפּראָצן װי גראָז,

און עס בליִען אַלע טוער פֿון אומרעכט,

איז דאָס כּדאי זײ זאָלן פֿאַרטיליקט װערן אױף אײביק.

9 אָבער דו ביסט דערהױבן אױף אײביק, ה׳.

10 װאָרעם אָט דײַנע פֿײַנט, ה׳,

װאָרעם אָט דײַנע פֿײַנט װעלן אונטערגײן,

צעשפּרײט װעלן װערן אַלע טוער פֿון אומרעכט.

11 און האָסט דערהײכט װי בײַ אַ װיזלטיר מײַן האָרן;

איך האָב מיך באַזאַלבט מיט פֿרישן אײל.

12 און מײַן אױג האָט זיך אָנגעזען אױף מײַנע לױערער;

אױף די שלעכטסטוער װאָס שטײען אָן אױף מיר,

הערן מײַנע אױערן זיך אָן.

13 דער צדיק װעט בליִען װי אַ טײטלבױם,

װי אַ צעדערבױם אין לבֿנוֹן װעט ער װאַקסן.

14 אײַנגעפֿלאַנצט אין הױז פֿון ה׳,

אין די הױפֿן פֿון אלוקינו װעלן זײ בליִען.

15 זײ װעלן נאָך שפּראָצן אין גראָער עלטער,

פֿעט און זאַפֿטיק װעלן זײ זײַן;

16 צו דערצײלן אַז ה׳ איז רעכטפֿאַרטיק,

מײַן פֿעלדז װאָס קײן אומרעכט איז אין אים נישטאָ.

Todos os capítulos de תְּהִלִּים 150
  1. 1
  2. 2
  3. 3
  4. 4
  5. 5
  6. 6
  7. 7
  8. 8
  9. 9
  10. 10
  11. 11
  12. 12
  13. 13
  14. 14
  15. 15
  16. 16
  17. 17
  18. 18
  19. 19
  20. 20
  21. 21
  22. 22
  23. 23
  24. 24
  25. 25
  26. 26
  27. 27
  28. 28
  29. 29
  30. 30
  31. 31
  32. 32
  33. 33
  34. 34
  35. 35
  36. 36
  37. 37
  38. 38
  39. 39
  40. 40
  41. 41
  42. 42
  43. 43
  44. 44
  45. 45
  46. 46
  47. 47
  48. 48
  49. 49
  50. 50
  51. 51
  52. 52
  53. 53
  54. 54
  55. 55
  56. 56
  57. 57
  58. 58
  59. 59
  60. 60
  61. 61
  62. 62
  63. 63
  64. 64
  65. 65
  66. 66
  67. 67
  68. 68
  69. 69
  70. 70
  71. 71
  72. 72
  73. 73
  74. 74
  75. 75
  76. 76
  77. 77
  78. 78
  79. 79
  80. 80
  81. 81
  82. 82
  83. 83
  84. 84
  85. 85
  86. 86
  87. 87
  88. 88
  89. 89
  90. 90
  91. 91
  92. 92
  93. 93
  94. 94
  95. 95
  96. 96
  97. 97
  98. 98
  99. 99
  100. 100
  101. 101
  102. 102
  103. 103
  104. 104
  105. 105
  106. 106
  107. 107
  108. 108
  109. 109
  110. 110
  111. 111
  112. 112
  113. 113
  114. 114
  115. 115
  116. 116
  117. 117
  118. 118
  119. 119
  120. 120
  121. 121
  122. 122
  123. 123
  124. 124
  125. 125
  126. 126
  127. 127
  128. 128
  129. 129
  130. 130
  131. 131
  132. 132
  133. 133
  134. 134
  135. 135
  136. 136
  137. 137
  138. 138
  139. 139
  140. 140
  141. 141
  142. 142
  143. 143
  144. 144
  145. 145
  146. 146
  147. 147
  148. 148
  149. 149
  150. 150

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.