1 אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען.
אין מײַן נױט האָב איך גערופֿן צו ה׳,
און ער האָט מיר געענטפֿערט.
2 ה׳, זײַ מציל מײַן זעל פֿון דער ליפּ פֿון ליגן,
פֿון דער צונג פֿון באַטרוג.
3 װאָס װעט מען דיר געבן, און װאָס װעט מען דיר צולײגן,
דו צונג פֿון באַטרוג?
4 שאַרפֿע גיבור-פֿײַלן,
מיט קױלן פֿון בעזעמבײמלעך.
5 װײ מיר, װאָס איך האַלט זיך אױף אין מֶשֶך,
װאָס איך װױן בײַ די געצעלטן פֿון קֵדָר.
6 לאַנג האָט זיך אָנגעװױנט מײַן זעל
בײַ דעם שׂונא פֿון שלום.
7 איך בין לױטער שלום,
אָבער אַז איך רעד, זײַנען זײ פֿאַר מלחמה.