Pular para o conteúdo
Publicidade

תְּהִלִּים 42

1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַ באַטראַכטונג פֿון די קינדער פֿון קֹרַח.

2 װי אַ הינד לעכצט נאָך בעכן װאַסער,

אַזױ לעכצט מײַן זעל נאָך דיר, אלֹקים.

3 מײַן זעל טוט דאָרשטן נאָך אלֹקים,

נאָך דעם לעבעדיקן אֵל:

װען װעל איך קומען, און זיך װײַזן פֿאַר אלֹקים?

4 מײַן טרער איז געװאָרן מײַן שפּײַז טאָג און נאַכט,

אַז מע זאָגט מיר אַ גאַנצן טאָג:

װוּ איז דײַן ג-ט?

5 דאָס טו איך דערמאָנען,

און גיס אױס מײַן זעל אין מיר:

װי איך פֿלעג דורכגײן מיט אַן עולם,

זײ פֿירן צום הױז פֿון אלֹקים

מיט אַ קֹול פֿון געזאַנג און לױב,

אַ יוֹם-טובֿדיק געזעמל.

6 װאָס ביסטו געבױגן מײַן זעל,

און טוסט ברומען אין מיר?

האָף צו אלֹקים, װאָרעם איך װעל אים נאָך לױבן

פֿאַר דער הילף פֿון זײַן פּנים.

7 מײַן ג-ט, מײַן זעל איז געבױגן אין מיר,

װאָרעם איך טו דיך דערמאָנען,

פֿון יַרדן-לאַנד און די חֶרמוֹנס,

פֿון דעם באַרג מִצעָר.

8 תּהום צו תּהום טוט רופֿן

אין דעם קֹול פֿון דײַנע װאַסערפֿאַלן;

אַלע דײַנע אינדן און דײַנע װעלן

זײַנען אַריבער אױף מיר.

9 בײַ טאָג באַפֿעלט ה׳ זײַן חֶסֶד,

און בײַ נאַכט איז זײַן געזאַנג מיט מיר,

אַ תּפֿילה צו דעם אֵל פֿון מײַן לעבן.

10 איך זאָג צו אֵל מײַן פֿעלדז:

פֿאַר װאָס האָסטו מיך פֿאַרגעסן?

פֿאַר װאָס מוז איך פֿינצטער אומגײן

פֿון װעגן דער דריקונג פֿון שׂונא?

11 מיט רציחה אַזש אין מײַנע בײנער

לעסטערן מיך מײַנע פֿײַנט,

אַז זײ זאָגן צו מיר אַ גאַנצן טאָג:

װוּ איז דײַן ג-ט?

12 װאָס ביסטו געבױגן מײַן זעל,

און װאָס טוסטו ברומען אין מיר?

האָף צו אלֹקים, װאָרעם איך װעל אים נאָך לױבן –

די הילף פֿון מײַן פּנים, און מײַן ג-ט.

Todos os capítulos de תְּהִלִּים 150
  1. 1
  2. 2
  3. 3
  4. 4
  5. 5
  6. 6
  7. 7
  8. 8
  9. 9
  10. 10
  11. 11
  12. 12
  13. 13
  14. 14
  15. 15
  16. 16
  17. 17
  18. 18
  19. 19
  20. 20
  21. 21
  22. 22
  23. 23
  24. 24
  25. 25
  26. 26
  27. 27
  28. 28
  29. 29
  30. 30
  31. 31
  32. 32
  33. 33
  34. 34
  35. 35
  36. 36
  37. 37
  38. 38
  39. 39
  40. 40
  41. 41
  42. 42
  43. 43
  44. 44
  45. 45
  46. 46
  47. 47
  48. 48
  49. 49
  50. 50
  51. 51
  52. 52
  53. 53
  54. 54
  55. 55
  56. 56
  57. 57
  58. 58
  59. 59
  60. 60
  61. 61
  62. 62
  63. 63
  64. 64
  65. 65
  66. 66
  67. 67
  68. 68
  69. 69
  70. 70
  71. 71
  72. 72
  73. 73
  74. 74
  75. 75
  76. 76
  77. 77
  78. 78
  79. 79
  80. 80
  81. 81
  82. 82
  83. 83
  84. 84
  85. 85
  86. 86
  87. 87
  88. 88
  89. 89
  90. 90
  91. 91
  92. 92
  93. 93
  94. 94
  95. 95
  96. 96
  97. 97
  98. 98
  99. 99
  100. 100
  101. 101
  102. 102
  103. 103
  104. 104
  105. 105
  106. 106
  107. 107
  108. 108
  109. 109
  110. 110
  111. 111
  112. 112
  113. 113
  114. 114
  115. 115
  116. 116
  117. 117
  118. 118
  119. 119
  120. 120
  121. 121
  122. 122
  123. 123
  124. 124
  125. 125
  126. 126
  127. 127
  128. 128
  129. 129
  130. 130
  131. 131
  132. 132
  133. 133
  134. 134
  135. 135
  136. 136
  137. 137
  138. 138
  139. 139
  140. 140
  141. 141
  142. 142
  143. 143
  144. 144
  145. 145
  146. 146
  147. 147
  148. 148
  149. 149
  150. 150

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.