Pular para o conteúdo
Publicidade

Salmos 41

1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַ מיזמור פֿון דָוִדן.

2 װױל צו דעם װאָס גיט אַכט אױפֿן אָרעמאַן!

אין טאָג פֿון בײז װעט אים ה׳ מאַכן אַנטרינען.

3 ה׳ װעט אים באַהיטן און אים לאָזן לעבן,

און ער װעט זײַן באַגליקט אין לאַנד;

און װעסט אים נישט איבערגעבן

אױף דעם באַראָט פֿון זײַנע פֿײַנט.

4 ה׳ װעט אים אונטערלענען אױפֿן קראַנקן בעט;

די גאַנצע צײַט פֿון זײַן ליגן פֿאַרנעמסטו זיך מיט זײַן קראַנקשאַפֿט.

5 איך זאָג: ה׳, לײַטזעליק מיך,

הײל מײַן זעל, װאָרעם איך האָב געזינדיקט צו דיר.

6 מײַנע פֿײַנט רעדן שלעכטס װעגן מיר:

װען װעט ער שטאַרבן, און זײַן נאָמען זאָל אונטערגײן!

7 און אַז עמעצער קומט זען, רעדט ער פֿאַלש,

זײַן האַרץ זאַמלט אָן אין זיך בײז;

גײט ער אַרױס אין גאַס, רעדט ער דערפֿון.

8 אין אײנעם סוֹדען זיך אױף מיר אַלע מײַנע שָׂונאים,

זײ טראַכטן װעגן מיר בײז קעגן מיר:

9 אַ בײזע זאַך איז אױסגעגאָסן אױף אים,

און װי ער האָט זיך געלײגט, װעט ער מער נישט אױפֿשטײן.

10 אַפֿילו מײַן גוטער פֿרײַנט װאָס איך האָב מיך פֿאַרזיכערט אױף אים,

דער װאָס עסט מײַן ברױט, הײבט אױף אַ פֿוס אױף מיר.

11 אָבער דו ה׳ לײַטזעליק מיך,

און ריכט מיך אױף, און לאָמיך זײ אָפּצאָלן.

12 דערמיט װעל איך װיסן אַז דו באַגערסט מיך,

װאָס נישט שאַלן װעט מײַן פֿײַנט איבער מיר.

13 און איך אין מײַן ערלעכקײט װעסטו מיך אױפֿהאַלטן,

און װעסטו מיך לאָזן שטײן פֿאַר דיר אײביק.

14 ברוך ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל

פֿון אײביק און ביז אײביק.

אָמן און אָמן!

Veja também