Pular para o conteúdo
Publicidade

Salmos 66

1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַ געזאַנג, אַ מיזמור.

שאַלט צו אלֹקים, די גאַנצע ערד,

2 באַזינגט די פּראַכט פֿון זײַן נאָמען,

מאַכט פּראַכטיק זײַן לױב.

3 זאָגט צו אלֹקים: װי פֿאָרכטיק איז דײַן װערק!

דורך דײַן גרױס שטאַרקײט גײען אײַן פֿאַר דיר דײַנע פֿײַנט.

4 די גאַנצע ערד זאָל זיך בוקן צו דיר

און זינגען צו דיר;

זײ זאָלן באַזינגען דײַן נאָמען.

סֶלָה.

5 קומט און זעט די מעשׂים פֿון אלֹקים;

ער איז פֿאָרכטיק אין טוּונג פֿאַר די מענטשנקינדער.

6 ער האָט פֿאַרקערט דעם ים אין יבשה,

צו פֿוס זײַנען זײ אַריבער דעם טײַך;

דענצמאָל האָבן מיר זיך געפֿרײט מיט אים.

7 ער געװעלטיקט מיט זײַן גבֿורה אײביק,

זײַנע אױגן קוקן אױף די פֿעלקער;

זאָלן די אָפּקערער זיך נישט דערהײבן.

סֶלָה.

8 לױבט, איר פֿעלקער, אלוקינו,

און לאָזט הערן דעם קֹול פֿון זײַן לױב;

9 דער װאָס דערהאַלט אונדזער זעל בײַם לעבן,

און האָט נישט געלאָזט זיך אױסגליטשן אונדזער פֿוס.

10 װאָרעם האָסט אונדז געפּרוּװט, אלֹקים;

האָסט אונדז געלײַטערט װי מע לײַטערט זילבער.

11 האָסט אונדז געבראַכט אין אַ פֿעסטונג נעץ,

האָסט אַרױפֿגעטאָן אַ דריקונג אױף אונדזערע לענדן.

12 האָסט געלאָזט רײַטן אַ מענטשן אױף אונדזער קאָפּ,

מיר זײַנען געקומען אין פֿײַער און אין װאַסער,

אָבער דו האָסט אונדז אַרױסגעצױגן אין זעטיקײט.

13 איך װעל קומען אין דײַן הױז מיט בראַנדאָפּפֿער,

איך װעל דיר באַצאָלן מײַנע נדרים,

14 װאָס מײַנע ליפּן האָבן אַרױסגעלאָזט,

און מײַן מױל האָט צוגעזאָגט אין מײַן נױט.

15 פֿעטע בראַנדאָפּפֿער װעל איך דיר אױפֿברענגען,

מיט דעמפֿונג פֿון װידערס;

איך װעל מאַכן רינדער מיט בעק.

סֶלָה.

16 קומט הערט, אַלע יראי ה׳,

און איך װעל דערצײלן װאָס ער האָט געטאָן צו מײַן זעל.

17 איך האָב גערופֿן צו אים מיט מײַן מױל,

און ער איז געװען דערהױבן אױף מײַן צונג.

18 װען איך װאָלט אױסגעװײלט אומרעכט אין מײַן האַרצן,

װאָלט נישט צוגעהערט אֲדֹנָי.

19 אָבער אלֹקים האָט צוגעהערט,

ער האָט פֿאַרנומען דעם קֹול פֿון מײַן תּפֿילה.

20 געלױבט איז אלֹקים װאָס ער האָט נישט אָפּגעטאָן מײַן תּפֿילה,

און זײַן חֶסֶד פֿון מיר.

Veja também