Pular para o conteúdo
Publicidade

Salmos 67

1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, מיט סטרונעשפּיל; אַ מיזמור, אַ געזאַנג.

2 אלֹקים זאָל אונדז לײַטזעליקן און אונדז בענטשן,

ער זאָל דערלײַכטן זײַן פּנים אױף אונדז,

סֶלָה,

3 כּדי מע זאָל װיסן אױף דער ערד דײַן װעג,

צװישן אַלע פֿעלקער דײַן ישועה.

4 לױבן װעלן דיך די פֿעלקער, אָ אלֹקים,

לױבן װעלן דיך די פֿעלקער אַלע.

5 זיך פֿרײען און זינגען װעלן די אומות,

װאָרעם דו משפּטסט די פֿעלקער מיט יושר,

און די אומות, זײ פֿירסטו אױף דער ערד.

סֶלָה.

6 לױבן װעלן דיך די פֿעלקער, אָ אלֹקים,

לױבן װעלן דיך די פֿעלקער אַלע.

7 די ערד גיט איר פֿרוכט,

בענטשן װעט אונדז אלֹקים אלוקינו,

8 בענטשן װעט אונדז אלֹקים

און אים װעלן פֿאָרכטן אַלע עקן פֿון דער ערד.

Veja também