1 אַ באַטראַכטונג פֿון אֵיתָן דעם אֶזרָחי.
2 די חסדים פֿון ה׳ װעל איך אײביק זינגען,
אױף דור-דורות װעל איך באַקאַנט מאַכן
דײַן טרײַשאַפֿט מיט מײַן מױל.
3 װאָרעם איך זאָג: אױף אײביק געבױט איז די גענאָד,
די הימלען, אין זײ האָסטו באַפֿעסטיקט דײַן טרײַשאַפֿט:
4 איך האָב געשלאָסן אַ ברית צו מײַן אױסדערװײלטן,
איך האָב געשװאָרן צו דָוִד מײַן קנעכט:
5 אױף אײביק װעל איך אױפֿשטעלן דײַן זאָמען,
און אױף דור-דורות װעל איך אױפֿבױען דײַן טראָן.
סֶלָה.
6 און די הימלען לױבן דײַנע װוּנדער, ה׳,
אױך דײַן טרײַשאַפֿט אין דער אײַנזאַמלונג פֿון די הײליקע.
7 װאָרעם װער אין הימל קען זיך גלײַכן צו ה׳?
װער איז געגליכן צו ה׳ צװישן די מאַכטיקע?
8 אֵל איז פֿאָרכטיק זײער אין דעם באַראָט פֿון די הײליקע,
און מוראדיק פֿאַר אַלע זײַנע אַרומיקע.
9 ה׳ דו אלוקי צבָֿאוֹת,
װער איז אַזױ שטאַרק װי דו, ג-ט?
און דײַנע געטרײַע זײַנען רונד אַרום דיר.
10 דו געװעלטיקסט איבער דער שטאָלצן ים,
אַז זײַנע װעלן הײבן זיך, טוסט דו זײ אײַנשטילן.
11 דו האָסט צעדריקט װי אַ דערשלאָגענעם, רַהַבֿ,
מיט דײַן שטאַרקן אָרעם האָסטו צעשפּרײט דײַנע פֿײַנט.
12 דײַן איז דער הימל, דײַן אױך די ערד;
די װעלט און איר פֿולקײט, זײ האָסט דו געגרונטפֿעסט.
13 צפֿון און דָרום – זײ האָסט דו באַשאַפֿן,
תָּבֿוֹר און חֶרמוֹן זינגען פֿון דײַן נאָמען.
14 דו האָסט אַן אָרעם מיט גבֿורה,
דײַן האַנט איז שטאַרק, דײַן רעכטע איז דערהױבן.
15 רעכט און גערעכטיקײט זײַנען דאָס געשטעל פֿון דײַן טראָן,
גענאָד און אמת זײַנען פֿאַר דײַן פּנים.
16 װױל צו דעם פֿאָלק װאָס װײס דײַן לײַטזעליקײט,
װאָס גײען, ה׳, אין ליכט פֿון דײַן פּנים.
17 מיט דײַן נאָמען פֿרײען זײ זיך אַ גאַנצן טאָג,
און דורך דײַן גערעכטיקײט װערן זײ דערהױבן.
18 װאָרעם דו ביסט די פּראַכט פֿון זײער שטאַרקײט,
און דורך דײַן גוטװיליקײט װערט דערהױבן אונדזער האָרן.
19 װאָרעם ה׳, ער איז אונדזער שילד,
און דער הײליקער פֿון יִשׂרָאֵל, ער איז אונדזער קיניג.
20 האָסט אַ מאָל אין אַ זעונג גערעדט צו דײַנע פֿרומע,
און האָסט געזאָגט: איך האָב אַרױפֿגעטאָן הילף אױף אַ גיבור,
איך האָב דערהױבן אַן אױסדערװײלטן פֿון פֿאָלק.
21 איך האָב געפֿונען דָוִד מײַן קנעכט,
איך האָב מיט מײַן הײליקן אײל אים געזאַלבט;
22 אַז מײַן האַנט זאָל זײַן פֿעסט מיט אים,
און מײַן אָרעם זאָל אים שטאַרקן.
23 קײן פֿײַנט זאָל נישט מאָנען פֿון אים,
און קײן באַעװלער זאָל אים נישט פּײַניקן.
24 און איך װעל צעשטױסן זײַנע דריקער פֿון פֿאַר אים,
און זײַנע שָׂונאים װעל איך שלאָגן.
25 און מײַן טרײַשאַפֿט און מײַן חֶסֶד װעלן זײַן מיט אים,
און דורך מײַן נאָמען װעט דערהױבן װערן זײַן האָרן.
26 און איך װעל אַרױפֿטאָן אױפֿן ים זײַן האַנט,
און אױף די טײַכן זײַן רעכטע.
27 ער װעט מיך רופֿן: מײַן פֿאָטער ביסטו,
מײַן ג-ט, און דער פֿעלדז פֿון מײַן הילף;
28 אױך איך װעל אים מאַכן פֿאַרן בכוֹר,
פֿאַרן אױבערשטער איבער די מלכים פֿון דער ערד.
29 אױף אײביק װעל איך אים היטן מײַן חֶסֶד,
און מײַן ברית װעט אים בלײַבן געטרײַ.
30 און איך װעל אָנהאַלטן שטענדיק זײַן זאָמען,
און זײַן טראָן װי די טעג פֿון די הימלען.
31 אַז זײַנע קינדער װעלן פֿאַרלאָזן מײַן תּורה,
און אין מײַנע געזעצן װעלן זײ נישט גײן;
32 אַז מײַנע חוקים װעלן זײ פֿאַרשװעכן,
און מײַנע געבאָט װעלן זײ נישט היטן;
33 װעל איך שטראָפֿן מיט אַ רוט זײער פֿאַרברעך,
און מיט פּלאָגן זײער זינד.
34 אָבער מײַן חֶסֶד װעל איך נישט פֿאַרשטערן פֿון אים,
און נישט פֿעלשן אָן מײַן טרײַשאַפֿט.
35 איך װעל נישט פֿאַרשװעכן מײַן ברית,
און דעם אַרױסלאָז פֿון מײַנע ליפּן װעל איך נישט בײַטן.
36 אײן מאָל האָב איך געשװאָרן אין מײַן הײליקײט:
אױב איך װעל פֿעלשן אָן דָוִדן!
37 זײַן זאָמען זאָל זײַן אײביק,
און זײַן טראָן װי די זון פֿאַר מיר.
38 אַזױ װי די לבֿנה זאָל ער אײביק באַשטײן,
און װי אַ געטרײַער עדות אין הימל.
סֶלָה.
39 אָבער דו האָסט פֿאַרלאָזן און פֿאַראַכט,
האָסט זיך פֿאַרצאָרנט אױף דײַן געזאַלבטן.
40 האָסט אַװעקגעװאָרפֿן דעם ברית פֿון דײַן קנעכט,
האָסט פֿאַרשװעכט צו דער ערד זײַן קרױן.
41 האָסט צעבראָכן אַלע זײַנע צאַמען,
האָסט געמאַכט פֿון זײַנע פֿעסטונגען אַ תּעל.
42 צערױבט האָבן אים אַלע װעגגײער,
ער איז געװאָרן אַ חרפּה בײַ זײַנע שכנים.
43 האָסט דערהױבן די רעכטע האַנט פֿון זײַנע דריקער,
האָסט דערפֿרײט אַלע זײַנע פֿײַנט.
44 אױך האַלטסטו צוריק דעם שאַרף פֿון זײַן שװערד
און האָסט אים נישט געלאָזט אױפֿשטײן אין מלחמה.
45 האָסט פֿאַרשטערט זײַן לױטערקײט,
און געשלײַדערט זײַן טראָן צו דער ערד.
46 האָסט געקירצט די טעג פֿון זײַן יוגנט,
האָסט אים מיט בושה באַדעקט.
סֶלָה.
47 ביז װאַנען, ה׳, װעסטו זיך פֿאַרבאָרגן נאָכאַנאַנד?
װעט ברענען װי אַ פֿײַער דײַן גרימצאָרן?
48 געדענק, װאָס איז מײַן געדױער;
צו װאָס פֿאַר נישטיקײט דו האָסט באַשאַפֿן אַלע מענטשנקינדער.
49 װאָסער מענטש קען לעבן און נישט זען דעם טױט?
מאַכן אַנטרינען זײַן זעל פֿון דער האַנט פֿון דער שְׁאֹול?
סֶלָה.
50 װוּ זײַנען דײַנע פֿריִערדיקע חסדים, אֲדֹנָי,
װאָס דו האָסט געשװאָרן דָוִדן אין דײַן טרײַשאַפֿט?
51 געדענק, אֲדֹנָי, די לעסטערונג פֿון דײַנע קנעכט,
װאָס איך טראָג אין מײַן בוזעם פֿון אַל די פֿיל פֿעלקער;
52 װאָס דײַנע פֿײַנט, ה׳, לעסטערן,
װאָס זײ לעסטערן די טריט פֿון דײַן געזאַלבטן.
53 ברוך ה׳ אײביק,
אָמן און אָמן!