Pular para o conteúdo
Publicidade

Salmos 101

1 אַ מיזמור פֿון דָוִדן.

גענאָד און גערעכטיקײט װעל איך באַזינגען,

צו דיר ה׳ װעל איך זינגען.

2 איך אַכט אױפֿן ערלעכן װעג;

װען װעסטו קומען צו מיר?

איך גײ אום אין מײַן הױז

אין דער ערלעכקײט פֿון מײַן האַרצן.

3 איך האַלט נישט פֿאַר מײַנע אױגן

אַ נידערטרעכטיקע זאַך;

דאָס טאָן פֿון די אָפּקערערס האָב איך פֿײַנט,

עס טוט זיך נישט באַהעפֿטן אָן מיר.

4 אַ קרום האַרץ איז אָפּגעטאָן פֿון מיר,

פֿון שלעכטיקײט װײס איך נישט.

5 דער װאָס באַרעדט אין פֿאַרבאָרגעניש זײַן חבֿר,

אים האַק איך אָפּ;

דער װאָס האָט האָפֿערדיקע אױגן און אַ שטאָלץ האַרץ,

אים קען איך נישט לײַדן.

6 מײַנע אױגן זײַנען אױף די געטרײַע פֿון לאַנד,

זײ זאָלן זיצן מיט מיר;

דער װאָס גײט אױפֿן װעג פֿון ערלעכקײט,

ער איז אין מײַן דינסט.

7 אין מײַן הױז טאָר נישט זיצן

דער װאָס באַגײט באַטרוג; דער װאָס רעדט ליגנס

דער װאָס רעדט ליגנס

קען נישט באַשטײן פֿאַר מײַנע אױגן.

8 אַלע פֿרימאָרגן פֿאַרשנײַד איך

אַלע רשעים פֿון לאַנד,

כּדי צו פֿאַרשנײַדן פֿון ה׳ס שטאָט

אַלע טוער פֿון אומרעכט.

Veja também